הויפט בלאט באריכט פייערדיגע דרשה דורך הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן האד' מגור ביי עצרת מחאה אדירה פארנט פון מיליטערישע טורמע 10

פייערדיגע דרשה דורך הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן האד' מגור ביי עצרת מחאה אדירה פארנט פון מיליטערישע טורמע 10

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' נצבים • כ"ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


נעכטן מיטוואך איז פארגעזעצט געווארן די העפטיגע מחאות אדירות אקעגן די מיליטערישע טורמע 10, בראשות די גדולי האדמורי"ם והרבנים שליט"א אין ליכט פון די פרישע ארעסטן אויף אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט פארן איינציגסטן חטא זיך נישט שטעלנדיג צום טמא'נעם מיליטער, אויספאלגנדיג די דעת תורה פון די גדולי ישראל שליט"א.

אין די לעצטערע טעג איז די רשעות ואכזריות פון די ציוני'סטישע פאליציי ארויף מיט א שטאפל העכער, מיט ארעסטירן קרוב צו זיבעציג בחורים און אברכים על לא עוול בכפם, בעיקר אזעלכע וועלכע האבן פרובירט ארויסצופארן פון לאנד לקראת יום טוב ראש השנה.צוליב דעם איז נעכטן ארויסגעקומען א גרעסערע קבוצה פון מוחים אקעגן די מיליטערישע טורמע, ווי עס האט ארויפגעטרעטן מיטן דבר המחאה הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכע האט מוחה געווען בכל תקוף אויף די ארעסטן, ווען אינצווישן האט ער שארף אראפגעריסן געוויסע יחידים, חרד'ישע חברי כנסת וועלכע האבן היינט אריינגעשטימט פארן רעגירונגס בודזשעט, אין צייט וואס די חרד'ישע פארטייען האבן זיך אנטזאגט פון אריינשטימען אין די רעגירונג אין די יעצטיגע תקופה, צוליב זייערע אנגייענדע געזעצן אויף עקירת התורה מיט די גזירת הגיוס, האבן ליידער געוויסע יחידים פון די ליטווישע און ספרד'ישע קרייזן מיטגעשטימט און מיטגעארבעט מיט די רעגירונג.

הרב ר' נחמי' האט גאר שטארק מוחה געווען אקעגן די יחידים היתכן אז זיי שטימען איין מיט די רעגירונג אין די יעצטיגע ביטערע מצב ווען זיי ארבעטן אקעגן אונז אויף קעסל און כלים  מיט'ן ציל להשמיד ולאבד כל הקודש לנו, ער האט אויסגעפירט מיטן חובת השעה וואו מרדכי הצדיק האט געזאגט בשעתו "אם החרש תחרישי בעת הזאת, רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר".אזוי אויך איז געהערט געווארן דברי מחאה דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מבערזשאן שליט"א. פרקי תהילים איז פארגעזאגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסטריקוב ירושלים שליט"א, און קבלת עול מלכות שמים איז פארגעזאגט געווארן דורך הרה"צ ר' משה יהודה פריעדמאן שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.באזונדער האבן זיך משתתף געווען ביים עצרת מחאה כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, הרבנים בני כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בני כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, הרה"ג ר' אהרן ישעי' שעכטער שליט"א ראה"כ סערעט ויזניץ אינאיינעם מיט די הונדערטער בני הכולל, און הרה"ג ר' יעקב ישראל שמערלער שליט"א ראה"כ צאנז אינאיינעם מיט די הונדערטער אברכי הכולל.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00