הויפט בלאט באריכט אויפוואכונג פון בד"ץ העדה החרדית צו לאזן וואקסינירן די קינדער אין ליכט פון פרישע מיזעלס פארשפרייטונג

אויפוואכונג פון בד"ץ העדה החרדית צו לאזן וואקסינירן די קינדער אין ליכט פון פרישע מיזעלס פארשפרייטונג

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט איז ערשינען א בריוו דורכן בית דין הגדול בירושלים העדה החרדית מיט אן אויפוואכונג פאר עלטערן צו לאזן וואקסינירן די קינדער קעגן מיזעלס – וואס ווערט אנגערופן אין ארץ ישראל "חצבת", אין ליכט פון א פארמערטע צאל פעלער פון קינדער וואס זענען אנגעשטעקט געווארן אויף א גאר שווערע פארנעם.

די הוראה פונעם בית דין קומט נאך א רייע זיצונגען מיט דאקטוירים און פראמינענטע עסקנים אין די פעלד פון רפואה וועלכע האבן פארבעטן פון די שרי התורה חברי הבד"ץ צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים ציבור אין ליכט פונעם מיזעלס פארשפרייטונג צווישן קינדער, וואס האט שוין צוגעברענגט עטליכע ערנסטע פעלער פון סכנת נפשות ביי אומוואקסינירטע קינדער ל"ע.

דעריבער זאלן עלטערן באצייטנס לאזן וואקסינירן די קינדער, לויט די אנווייזונגען פון די דאקטוירים, צו זיין פאראויס באשיצט קעגן די פארשפרייטונג, און גלייכצייטיג מקיים זיין די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

אינעם בריוו בעטן די שרי התורה חברי הבית דין צדק פונעם ציבור אנצוהאלטן אומנות אבותינו – כלשונם – און מוסיף זיין תפילות און בקשות על הבריאים שלא יחלו והחולים שיבריאו.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00