הויפט בלאט באריכט והאמת והשלום אהבו: שארפע מחאה פון האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי קעגן מחלוקת און פירוד הלבבות

והאמת והשלום אהבו: שארפע מחאה פון האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי קעגן מחלוקת און פירוד הלבבות

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: JDN


דעם שבת אינדערפרי בעפאר קריאת התורה האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי אין אן אומגעווענליכע שריט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש וואו דער רבי האט גאר שארף אראפגעריסן און מוחה געוועהן קעגן געוויסע יחידים וואס שיקן ארום כתבי פלסתר און "פאשקווילן" אריינצוברענגען א פירוד הלבבות צווישן די חצרות הקודש, און צושטערן די שלום און אחדות וואס הערשט צווישן די קהילות הקודש דחסידי ראחמיסטריווקא, וואס חוץ פון די אלע איסורים מיט וואס דאס איז פארבינדן איז דאס מוקצה מחמת מיאוס.

א חרדה האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער רבי שליט"א האט – שלא כדרכו – אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין און מנהמת ליבו ארויסגעברענגט וואו די יחידים טוען איהם פערזענליך מצער זיין דערמיט, און איבערגעחזרט איינמאל און נאכאמאל אז דאס לאזט נישט קיין מנוחה פארן זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל. דער רבי האט אפפעלירט צו די חסידים און געבעטן אז ווער עס האט א השפעה זאל טוען וואס ער קען דאס אפצושטעלן בדרכי נועם. באזונדער האט דער רבי געבעטן אז אין פאל מען באקומט אזא פאשקוויל זאל מען דאס נישט ווייטער שיקן מרבה צו זיין מחלוקת. איבעריג צו זאגן מ'זאל נישט רעדן קיין פאליטיק און מצער זיין איינער דעם אנדערן, נאר אדרבה מכבד זיין איש את רעהו, והאמת השלום אהבו.

דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט אז אין זכות פונעם בעל ההילולא אהרן הכהן וואס איז געוועהן אוהב שלום ורודף שלום זאל מען שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בקרוב.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00