הויפט בלאט באריכט איש חסיד היה: חסידי בעלזא באוויינען פטירה פון הגה"ח ר' שלום ישראל דירנפעלד זצ״ל חשובער משפיע און מחנך בחצה"ק בעלזא

איש חסיד היה: חסידי בעלזא באוויינען פטירה פון הגה"ח ר' שלום ישראל דירנפעלד זצ״ל חשובער משפיע און מחנך בחצה"ק בעלזא

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


פון עיר הקודש ירושלים קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון דער בארימטער מחנך און משפיע הגאון החסיד המפואר רבי שלום ישראל דירנפעלד זצ"ל ראש ישיבת תורה ואמונה ומפארי וחשובי רבני בעלזא אין ירושלים עיה"ק, וואס איז פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן אין בלויזן עלטער פון 68 יאהר נאכן מיטמאכן שווערע יסורים די לעצטע פאר יאהר ל"ע.

די לוויה גייט ארויס היינט 4:30 נאכמיטאג פון בית הלויות סנהדריה, און שפעטער ארום זעקס אזייגער פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא צום חלקת מחזיקי הדת אויפן הר המנוחות ווי ער וועט קומען לקבורה.

מיט די פטירה פון ר' ישראל שלום איז אוועקגעריסן געווארן איינער פון די חשובע משפיעים און מחנכים אין די בעלזער הויף, זייענדיג באקאנט אלס אן איבערגעגעבענער מחנך וואס האט נענטער געברענגט פילע אידישע נשמות צום טאטן אין הימל, מיט זיין ליבליכע צוגאנג האט ער זוכה געווען אריינצושיינען דעם אור התורה אין אידישע הערצער, און באזונדער איז ער פיל עוסק געוועהן אין די פעלד פון שידוכים און שלום בית.

די חשובע נפטר איז געוועהן א זוהן פון הגה"ח ר' אלתר יעקב אליעזר דירנפעלד ז"ל פון תל אביב וואס איז געווען פון די ערשטע מלמדים אין די בעלזער תלמוד תורה אין תל אביב, זיין מוטער וואס איז נפטר געווארן מיט בלויז צוויי יאהר צוריק איז געווען א טאכטער פון הרה"צ  בנן של קדושים ר' שלום הורוויץ זצ"ל פון קשאנוב וואס האט געצויגן זיין יחוס צום הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, הרה"ק מראפשיץ זי"ע און נאך קדושי עליון.

אלס יונגערמאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס משגיח און מנהל רוחני אין די בארימטער בעלזער ישיבה אויף אגריפס אין ירושלים, וואו ער האט משפיע געוועהן פאר די בחורים מיט זיינע הארציגע שמועסן און ווארימע שיעורים. שפעטער איז ער אויגפענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין די ישיבה "תורה ואמונה" וואס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט מייסד געוועהן פאר בעלי תשובה.

צו דעם אלעם האט ר' ישראל שלום ז"ל געדינט אלס קביעותדיגער בעל תפילה בחצר הקודש בעלזא, מיט זיין קול מעורר ביי די ווארימע תפילות מנחה יום כיפור, אין די סליחות טעג, און שבתים דורכאויס דעם יאהר, באזונדער האט ער געהאט די חזקה צו זינגען דעם ניגון "חסל סידור פסח" ביים נעילת החג מוצאי יו"ט שביעי של פסח.

נאך עטליכע יאהר זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע האט ער היינט מחזיר געוועהן נשמתו ליוצרה, צום באדרויער פון טויזנטער בעלזער חסידים און פילע תלמידים צושפרייט איבער די גארער וועלט.

ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך קינדער און אייניקלעך זרע ברך השם, צווישן זיינע ברודער ציילן זיך הרבנים הגאונים רבי אברהם צבי דירנפעלד דומ"ץ בעלזא אין תל אביב און בית שמש און ראש כוללי עיון דבעלזא, הגאון רבי אהרן דירנפעלד ראש ישיבות לצעירים דחסידי בעלזא, און הגאון רבי יוסף פלטיאל דירנפעלד דומ"ץ ביהמ"ד בית דוד שאול דחסידי בעלזא אין אשדוד.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00