הויפט בלאט באריכט האד' מסאטמאר וועט פראווען א געהויבענעם שבת מיט ק"ק סאטמאר-מאנסי אין פראכטפולן ארמון האטעל

האד' מסאטמאר וועט פראווען א געהויבענעם שבת מיט ק"ק סאטמאר-מאנסי אין פראכטפולן ארמון האטעל

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


א כוואליע פון פרייד נעמט ארום תלמידי וחסידי סאטמאר אין מאנסי ווען רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו פראווען א געהויבענעם שבת דעם קומענדיגן פרשת שופטים אויסשליסליך מיט עדת צאן מרעיתו תושבי מאנסי, ויהיו נקראים לגנזי המלך אפצורעכטן דעם שבת בצילא דמהימנותא, אין די פראכטפולע ארמון האטעל אין קאנעריקוט.

דאס קומט נאך לאנגע יאהרן וואס דער רבי שליט"א האט געווידמעט צו פראווען די יומא דהילולא קדישא פונעם גרויסן זיידן הרה"ק בעל ייטב לב מסיגעט זי"ע תוך אמוני עם סגולה מיט די חסידים תושבי מאנסי, וואו דער רבי טוט דערביי אויסנוצן די געלעגנהייט צו געזעגענען די חסידים בפתקי דרחמי לקראת די ימי הרחמים והרצון, היי יאהר ווען די יארצייט געפאלט אויס בעצם יום השבת ו' אלול האט דער רבי שליט"א באוויליגט אפצורעכטן א שבת בצוותא חדא מיט די חסידים פון מאנסי.

נאך מערערע מיטונגען דורך די עסקנים איז באשלאסן געווארן אפצורעכטן דעם שבת אין א האטעל מחוץ לעיר, גלייכצייטיג צו דינען אלס גייסטרייכע שבת התאחדות פאר סאטמארער חסידים אין מאנסי וואס וועלן האבן די זכי' לחסות בצל רבם ומאורם אויף א געהויבענעם פארנעם.

ובכן, איז ארויסגעדינגען געווארן די עלעגאנטער 'ארמון האטעל' אין קאנעריקוט אלס פאסיגן אכסניא של כבוד פאר דעם "שבת הקהל", לכה דודי נצא השדה, ווען דער רבי שליט"א וועט זיך מתוועד זיין מיט די הונדערטער חסידים פון מאנסי און די אומגעגענט, זיך דערהייבן און מדבק זיין במשנתו הטהורה פונעם גרויסן בעל הילולא.

אין די יעצטיגע טעג טוהן די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן ארום דעם גייסטרייכן שבת קודש אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, און די פונקטליכע פרטים וועלן נתפרסם ווערן אין די נאנטע וואכן בעזרת השם.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00