הויפט בלאט באריכט גאב"ד סאטמאר מאנסי נעמט אונטער "מסע התומכים" קיין אייראפע; געהויבענעם שבת אינעם "שוהל הויף" אין סיגעט

גאב"ד סאטמאר מאנסי נעמט אונטער "מסע התומכים" קיין אייראפע; געהויבענעם שבת אינעם "שוהל הויף" אין סיגעט

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין ק"ק סאטמאר מאנסי איז אין די יעצטיגע טעג באשטעטיגט געווארן די פלענער אויף א גרויסע מסע הקודש קיין אייראפע, דעם קומענדיגן וואך פרשת מטות מסעי, ווען כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א וועט אפרייזן צו די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט פילע תלמידים וחסידים.

דער רב שליט"א נעמט אונטער די נסיעה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע מקום מנוחת קדשו אין אוהעל – אונגארן. די נסיעה וועט ספעציעל געווידמעט פאר נגידים ותומכים וואס זענען נושא בעול המוסדות וואס וועלן האבן די זכיה צו אנטייל נעמען.

מען וועט זיך ארויסלאזן אויפן וועג פון ניו יארק, דינסטאג באנאכט, צוערשט וועט מען אנקומען קיין אונגארן און פוקד זיין די קברי הצדיקים אין קאלוב, קערעסטיר, טשענגער, ליסקא, קאשוי, ראצפערט און נאך.

דאנערשטאג כ"ח תמוז ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע וועט מען פוקד זיין דעם ציון הק' אין שטאט אוהעל, און דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים. עס וועט נאכפאלגן מיט א זעלטן געהויבענע שבת אינעם עיר האבות סיגעט אין ראמעניע, וואו דער רב שליט"א וועט פראווען דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם היסטארישן שוהל הויף מקום שהתפללו אבותיו, וואו די הייליגע צדיקים עצי התמרים האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה לאנגע יארן.

זונטאג פרשת דברים וועט מען זיך אומקערן צוריק אהיים קיין ניו יארק מלא וגדוש מיט ישועות און השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00