הויפט בלאט נייעס פראכטפולער אוהל ווערט אויפגעבויעט אויפן ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל צום צווייטן הילולא

פראכטפולער אוהל ווערט אויפגעבויעט אויפן ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל צום צווייטן הילולא

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' בלק • ט"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


שטייענדיג עטליכע וואכן אפגערוקט פון די יומא דהילולא תנייתא – די צווייטער יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמסיטריווקא זצ"ל וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן ערב ראש חודש אלול, האט דער חברא קדישא דק"ק ראחמיסטריווקא אונטערגענומען א פראיעקט צו לאזן אויפבויען אן אוהל על קברו פונעם רבי'ן ז"ל במקום מנוחתו אויפן ראחמיסטריווקא חלקה ביים נייעם בית החיים הר שלום אין עירמאנט.

די בוי ארבעט איז ערווארטעט אריינצוגיין אין שוואונג די קומענדיגע טעג, און איז ערווארטעט צו ווערן פארענדיגט גאר נאנט צום בעפארשטייענדן יומא דהילולא, כאטש עס וועט נאך נישט זיין תיכף אויסגעשטאטעט מיט אלע איינריכטונגען צום יארצייט, פארט האפט מען אז אין די נאנטע תקופה וועט עס פולקאם פארענדיגט ווערן מיט אלע איינריכטונגען, פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור וועלכע קומען אין אלע צייטן פון יאר – אין די שווערע היצן און אין די ביטערע פראסטן,מ'זאל קענען מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת אויף דעם מקום קדוש, און דערצו וועט עס ברענגען א נייחא לנשמתא פארן צדיק.

אין די טעג, וועט געלאזט ווערן אין גאנג א קאמפיין אין אלע ראחמיסטריווקא קהילות אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן וואס איז געשאצט אפצוקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון א האלב מיליאן דאללער, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים צו נעמען א חלק אין אהערשטעלן דעם נייעם אוהל הק' וואס וועט אויף אייביג זיין א תל תלפיות, וואו אידן וועלן זיך אויסבעטן כל מיני ישועות.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00