הויפט בלאט באריכט גרויסע נסים אין בני ברק: מיסיל שראפנעל באטראפן געביידע וואו עס געפונט זיך מעון הקודש פון האד' מוויזניץ

גרויסע נסים אין בני ברק: מיסיל שראפנעל באטראפן געביידע וואו עס געפונט זיך מעון הקודש פון האד' מוויזניץ

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


ועל נסיך שבכל יום עמנו, גרויסע נסים האט נעכטן פּאסירט אין די עיר התורה והחסידות בני ברק, ווען שראפּנעל פון א פליענדן איראנער מיסיל האט געלאנדעט אין הארץ פון קרית וויזניץ אויף רחוב אמרי ברוך, און האט באטראפן די געביידע וואו עס געפינט זיך ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, בחסדי השי"ת זענען נישט געווען קיין מענטשליכע געשעדיגטע נאך וואס אלע איינוואוינער פונעם בנין האבן זיך געפינען אין שעלטער בשעת די שראפּנעל האט באטראפן דעם דאך פון די געביידע.

דער רבי שליט"א איז נאכדעם ארויסגעקומען און האט זיך נאכפרעגט ביי די שכנים וואס עס האט פּאסירט, די שכנים האבן דערציילט פאר'ן רבי'ן אז עס איז טאקע דורכגעפלויגן א מיסיל וואס די שראפּנעל דערפון איז געפאלן אויף זייער געביידע און עס זענען ב"ה נישט דא קיין שום פארוואונדטע, דער רבי שליט"א האט דאן אפּגעגעבן א שבח והודאה צום באשעפער אויף די גרויסע נסים, און האט דערביי ווידעראמאל ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חסדי ה' וואס מען זעהט אויף טריט און שריט דורכאויס די יעצטיגע שעת מלחמה בארצינו הקדושה וואו דער בורא כל עולמים האלט די רעכנע האנט אויף אידישע קינדער למעלה מדרך הטבע.

אין אנדערע נייעס הערט מען אז צווישן די איראנער מיסילס וואס זענען היינט געקומען צו פליען אין ריכטונג פון צפון ארץ ישראל, האבן עטליכע מיסילס געלאנדעט אין די הר כנען געגענט אין עיה"ק צפת הארט נעבן ביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, וואו דער רבי האלט זיך אויף דורכאויס דעם יאהר אויף אפרוה. דער רבי שליט"א האט זיך געפונען אין חיפה בשעת די אטאקע און איז קורצליך דערויף אינפארמירט געווארן איבער די אטאקע. 

שפעטער אין טאג איז אנגעקומען די ידיעה פון די פאליציי אז דעם רבינס הויז האט בחסדי שמים נישט געליטן פון קיין שאדן, און עס איז נישט פארהאן קיין חשש סכנה אינעם גאנצן אומגעגענט.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00