הויפט בלאט באריכט חסידי לעלוב אין הכנה דרבה צום הכנסת ספר תורה פון האד' מלעלוב דעם ערש"ק בהעלותך אין מירון

חסידי לעלוב אין הכנה דרבה צום הכנסת ספר תורה פון האד' מלעלוב דעם ערש"ק בהעלותך אין מירון

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


א התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי לעלוב זיך גרייטנדיג צום חגיגת 'הכנסת ספר תורה' וועלכע וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן ערב שבת בהעלותך אין אתרא קדישא מירון, אריינטרעטנדיג אינעם גרויסן שבת התאחדות פון עדת חסידי לעלוב בארץ הקודש, כמידי שנה בשנה ווי איינגעפירט דורך די פריערדיגע צדיקים לבית לעלוב מיט גאנצע אכציג יאהר צוריק, צו וויילן שבת פ' בהעלותך אין אתרא קדישא מירון, סמוך ונראה צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

די יעצטיגע מעמד הכנסת ספר תורה טראגט א ספעציעלע באדייט ביי חסידי לעלוב, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א זעלבסט האט געלאזט שרייבן דעם ספר תורה מקיים צו זיין די צוואה פון אמו הרבנית הצדקנית ע"ה מחברתו הטהורה פון אביו הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצוק"ל, וואס האט פעזענליך באאויפטראגט דעם רבי'ן בעפאר איר פטירה אין יאהר תשע"א צו שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתה. מיט צוויי יאהר צוריק האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין דעם אונטערנעמונג און אויפגענומען א סופר מומחה און געלאזט שרייבן די נייע ספר תורה מיט די גרעסטע הידורים בכל קוץ ותג.

די התרגשות ביי די חסידים איז בלויז געשטיגן ווען דער רבי שליט"א האט נישט לאנג צוריק אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן די מעמד לכבודה של תורה בהיכלא דרשב"י אין אתרא קדישא מירון, אין צוזאמענהאנג מיט די יערליכע שבת התאחדות פרשת בהעלותך, כדי צו ערמעגליכן פאר די חסידים פון אויסלאנד צו קענען מיטהאלטן די צוויי געהויבענער געשעהנישן בחצר הקודש.

דעם קומעדיגן ליל שישי וועט פארקומען א באשיידענעם מעמד סיום כתיבת האותיות אויפן נייעם ספר תורה אין א זאל אין צפת וואו עס זענען געלאדענט געווארן א צאל יחידי סגולה נדיבי לב און געסט פון אויסלאנד, ובראשם די משפחת המלוכה וואס קומען צו פארן פון נאנט און פון ווייט, פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ מיטצוהאלטן די מעמד.

די חגיגת הכנסת ספר תורה זעלבסט וועט פארקומען פרייטאג ערב שבת קודש אין אתרא קדישא מירון מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידי לעלוב ועל צבאם דער בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, די מעמד וועט פארקומען ביים מתחם בני עקיבא וואס איז ארויסגעדינגען געווארן אויף שבת.

ארום 4:30 נאכמיטאג וועט זיך אנהייבן די חגיגה מיט ריקודין אינעם היכל הטישן ביים מתחם בני עקיבא, נאך די ריקודין און קריאת התורה וועט די תהלוכה ארויסגיין אין ריכטונג פונעם ביהמ"ד אינעם מתחם בני עקיבא וואו דער ספר תורה וועט אריינגעפירט ווערן הארט פארן זמן כניסת השב"ק. די סעודה לגומרה של תורה וועט פארקומען ביים עריכת השולחן הטהור ליל שב"ק אינעם היכל הטישן ביים מתחם בני עקיבא.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00