זונטאג פ' בהעלתך • י"ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי עדת חסידי צאנז אין אמעריקע וועלכע קענען קוים ווארטן און ציילן שוין די טעג צום היסטארישן ביקור קודש ווען רבם ומאורם דער מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט אי"ה קומענדיגע וואך קומען צו פארן קיין אמעריקע, וואס קומט נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט שוין נישט באזוכט אויפ'ן אמעריקאנער באדן.
ווי שוין באריכטעט וועט דער צאנזער רבי שליט"א ארויסקומען קיין אמעריקא אינאיינעם מיט די גדולי התורה זקני ראשי הישיבות שליט"א מנהיגי עולם התורה בארצנו הקדושה, מיט'ן ציהל אויפצוטרייבן געלט שטיצע לטובת דעם 'קרן עולם התורה' אוועקצושטעלן א יסוד איתן פאר די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל וועלכע ווערן באדראעט צוליב די גזירת גיוס בני הישיבות, דער רבי שליט"א וועט על פי בקשתם פון די גדולי התורה זיך מטריח זיין בטירחא דגופא און מיטהאלטן די געהויבענע מסע קודש פאר'ן קיום פון די עמלי התורה בארצנו הקדושה.
אין די טעג איז געמאלדן געווארן די סדר ימי הביקור פון רבי'ן שליט"א וועלכער וועט זיך אויפהאלטן אין עטליכע שטעט לענגאויס ניו יארק און ניו דזשערזי, להשפיע מהדרת קדושתו על עדת צאן מרעיתו, דער רבי וועט אי"ה ארויספארן פון ארצינו הקדושה דעם קומענדיגן זונטאג שלח, און וועט אנקומען בשלום אינעם קענעדי לופטפעלד זונטאג פארנאכטס וואו עס וועלן אפווארטן דעם רבי'ן, די הונדערטער חסידים אין שפיץ פון די רבני הקהלה ונכבדי העדה.
פונעם לופטפעלד וועט דער רבי שליט"א גלייך צופארן קיין מאנסי וואו עס וועט שפּעטער אינעם טאג פארקומען א גרויסארטיגער מעמד קבלת פנים, וואו דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברות קדשו פאר עדת צאן מרעיתו חסידי צאנז תושבי ניו יארק רבתי וועלכע וועלן האבן די זכי' לקבל את פני הקודש און דערנאך וועלן די פילע חסידים האבן די געלעגנהייט אריבערצוגיין שלו' נעמען פון רבי'ן שליט"א. אין די יעצטיגע טעג ארבייטן די עסקני הקהלה פיבערהאפטיג אוצפוקומען מיט א פּאסיגן לאקאל אינעם מאנסי אומגעגענט פאר'ן מעמד קבלת פנים וואס זאל קענען ארייננעמען דעם ערווארטעטן ריזיגן צבור.
דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין מאנסי דורכאויס זונטאג און מאנטאג, און דינסטאג וועט דער רבי שליט"א פארן קיין לעיקוואד וואו עס ווערן געפּלאנט א רייע באנקעטן לטובת דער 'קרן עולם התורה' וואו דער רבי וועט באשיינען בראשם אינאיינעם מיט די גדולי ראשי הישיבות.
אין די זעלבע צייט וועט די צאנזער קהלה אין לעיקוואד וואס איז אין די לעצטע יארן זיך שטארק צעוואקסן האבן די זכי' אז צדיק זה בא לבית מלונם, ווען דער רבי שליט"א וועט קומען אויף א ביקור חיזוק אין די קהלה להשפיע מהוד זיוו והדרו, און לויט'ן פלאן וועט אי"ה דינסטאג פארקומען א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד נדבת משפחת הרה"ח ר' משה רייך ז"ל מחשובי חסידי צאנז לזכר נשמתו, וואו דער רבי שליט"א וועט אריינפירן די נייע ס"ת צום ביהמ"ד און אפרעכטן די ריקודי קודש אינעם היכל הביהמ"ד, וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג אין איילעניש פארענדיגט צו זיין גרייט פאר'ן געהויבענעם מעמד.
מיטוואך נאכט וועט רבי שליט"א ארויספארן קיין בארא פּארק וואו ער וועט זיך אויפהאלטן ביז שב"ק, און וועט האבן די אכנסיא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל ליפּשיץ ראה"ק שפע חיים צאנז אין ב"פ, דורכאויס די טעג וואס דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אין באר פארק וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים מיטצוהאלטן די תפלת בצל הקודש און צו אריינגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א קוויטל, מחמת קוצר הזמן וועט דער רבי נעמען קוויטלעך אויף א שנעלן פארנעם אויפ'ן זעלבן אופן ווי בעפאר די ימים נוראים.
דער קלימאקס פונעם געהויבענעם ביקור קודש וועט זיין דער געהויבענער שב"ק 'אור פניך עלינו' וואס וועט דינען אלס א זעלטן געהויבענעם שבת התוועדות פאר כלל חסידי צאנז פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, כולם נקבצו ובאו לך להסתופף בצלא קדישא פונעם רעיא מהימנא דער רבי שליט"א אויף וואס די חסידים לעכצן און קוקן שוין ארויס אזוי לאנג, דער שב"ק וועט אי"ה אפּגעהאלטן ווערן אינעם HCS רעזארט – דער געוועזענע 'ראלי האטעל' אין סאוט פאלסבורג, וואו עס ווערן ערווארטעט פילע חסידים זקנים עם נערים מיטצוהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א, און אצינד ווערן שוין געמאכט די פיבערהאפטיגע הכנות אויף דעם היסטארישן שב"ק וואס אנטשפרעכט צו זיין גאר געהויבן לעילא מכל ברכתא.
מאנטאג פ' קרח וועט דער רבי שליט"א אי"ה זיך צוריקקערן לביתו נאוה קודש קיין ארץ ישראל, איבערלאזנדיג הויפענעס פון חיזוק ועידוד פאר עדת צאן מרעיתו ביי וועם דער געהויבענער באזוך וועט שטענדיג פארבלייבן אין זכרון.
והימים ימי ביקור"י ענוי"ם