הויפט בלאט באריכט בא יבוא ברנה: האד' מראחמיסטריווקא וועט פראווען שבת התאחדות מיט יוצאי ישיבת ראחמיסטריווקא אין אמעריקא

בא יבוא ברנה: האד' מראחמיסטריווקא וועט פראווען שבת התאחדות מיט יוצאי ישיבת ראחמיסטריווקא אין אמעריקא

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


א כוואליע פון פרייד נעמט ארום די הונדערטער יוצאי ישיבה הק' ראחמיסטריווקא, תושבי ניו יארק, זיך גרייטנדיג אפצורעכטן א שבת "כינוס התלמידים", דעם קומענדיגן שב"ק פ' שלח, ווען מ'וועט דערביי האבן די זכי' לקבל את פני מלכם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וואס וועט אונטערנעמען א ספעציעלע בליץ-באזוך קיין ניו יארק צו באשיינען דעם גייסטרייכן שבת.

דער שבת ווערט פאררופן אויפ'ן פערזענליכן אינציאטיוו פונעם ראחמיסטריווקער רבי'ן שליט"א, אנצוהאלטן די ספעציעלע התקשרות און נאנטשאפט מיט די חסידים און יוצאי הישיבה הקדושה מאור עיניים פון אומעטום, וואס וועלן זיך צוריק צונויפטרעפן און מיטהאלטן א שבת מעין עולם הבא מיט'ן רבי'ן אינאיינעם.

דער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אין די גיגאנטישע "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט, אויפן זעלבע שטייגער וואו דער שבת התאחדות מיט דריי יאהר צוריק וואס דער רבי האט געפראוועט אינאיינעם מיט די יוצאי הישיבה אין די קאנטרי בערג.

דער רבי שליט"א האט ספעציעל מקדים געוועהן זיין נסיעה קיין אמעריקא צו קענען אנטייל נעמען אין א צאל מסיבות און באנקעטן לטובת די קרן עולם התורה אין די ראמען פונעם היסטארישן מסע הגדולים, אין וועלכן דער רבי האט אויך אנטייל גענימען פאריאהר ביי די נסיעות דורך די גדולי ישראל קיין אמעריקא און אייראפע. דער רבי וועט אנקומען קיין ניו יארק מיטוואך שלח און וועט זיך אויפהאלטן אין ניו יארק ביז די נאכפאלגנדע מאנטאג קורח נאכמיטאג.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00