הויפט בלאט באריכט בשליחות הקודש: הרב נחמיה אלתר בן האד' מגור באזוכט ביים ראש הישיבה הגרמ"ה הירש אנבאלאנג גזירת הגיוס

בשליחות הקודש: הרב נחמיה אלתר בן האד' מגור באזוכט ביים ראש הישיבה הגרמ"ה הירש אנבאלאנג גזירת הגיוס

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט פארמיטאג איז הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק וואו ער האט זיך געטראפן בשליחותו פון מר אביו דער גערער רבי, מיטן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, וואו מ'האט א לענגערע צייט נושא ונותן געווען איבער דעם גזירת גיוס בני הישיבות און די ווייטערדיגע שריט צו באקעמפן די גזירה.

ווי ברייט באריכטעט איז דעם פארלאפענעם חודש אדר אפגעהאלטן געווארן א היסטארישע אסיפה צווישן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און די גדולי מנהיגי עולם התורה ראשי ישיבת סלאבאדקע, וואו מ'האט בכובד ראש באהאנדלט דעם שווערן מצב, און דער ריכטיגער אפעקטיווער מהלך און לעזונג צו די ביטערע צרה.

נאך א לענגערע דין ודברים איז באשלאסן געווארן אז מ'וועט געבן פאר די רעגירונג אן "אולטימאטום", א דעדליין ביז יו"ט שבועות, אויפצוקומען מיט א חק וואס שטעלט צופרידן דעם חרדי'שן ציבור, און אז נישט וועט מען מוזן נעמען שריט ארויסצוגיין פון די קאאליציע און דערמיט אומווארפן די רעגירונג.

אצינד ווען עס דערנענטערט זיך דעם אולטימאטום און עס איז נישט פארהאן קיין שינוי אינעם חק זענען די גדולי ישראל ווידער אין פארבינדונג און שמועסן צונויף די מהלכים וויאזוי צו רעאגירן.

ביים היינטיגן זיצונג מיט הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א האט דער ראש הישיבה קלארגעשטעלט אז עס וועט ווארשיינליך נישט זיין קיין ברירה נאר אז דאס יהדות התורה קערפערשאפט, זאל פארלאזן די קאאליציע. 

די ראש הישיבה האט צוגעגעבן אז בעפאר מען מאכט סיי וואספארא באשלוס וועט ער זיך דורכרעדן מיט די גדולי התורה והחסידות, אדמורי"ם וראשי הישיבות חברי מועצת גדולי התורה, און מיט די שלוחי דרבנן די חברי הכנסת פון די חרדישע פארטייען.

אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א נעכטן אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיטן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו די צוויי גדולי ישראל האבן דיסקוסירט די ברענעדיגע נושא א לענגערע וויילע.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00