הויפט בלאט באריכט הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ערווארטעט אין ניו יארק אלס אורח הכבוד ביי כינוס אדיר "אדירי התורה"

הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ערווארטעט אין ניו יארק אלס אורח הכבוד ביי כינוס אדיר "אדירי התורה"

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


דער עולם התורה איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשערזי, פענסילוועניע, און די גאנצע אומגעגנט, טוען מיט פרייד מקבל זיין די פריידיגע בשורה אז דעם קומענדיגן חודש סיון הבעל"ט וועט מען האבן די זכיה מקבל פנים צו זיין בהדרת כבוד הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ממנהיגי עולם התורה אין ארץ ישראל, זוהן פונעם עמוד ההוראה הגאון האדיר רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל און חתנא דבי נשיאה פונעם פוסק הדור מרן הרב אלישיב זצ"ל.

דער גאון קומט צו פארן לפאר ולרומם כבוד התורה ולומדיה, צו באשיינען די היסטארישע מעמד אדירי התורה וואס איז געפלאנט אויף דעם קומענדיגן זונטאג פרשת בהעלותך אינעם גיגאנטישן וועלס פערגא סענטער אין פילאדעלפיע, במעמד אלופי אלפי ישראל, לומדי תורה ומחזיקי תורה.

הגאון רבי עזריאל שליט"א איז היינט פון די פירנדע מנהיגים פון די בני תורה קרייזן, תלמידים פון זיין ברודער הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך זצ"ל וועלכע האבן נישט לאנג צוריק האבן מקבל מרות געווען און מכתיר געווען הגאון רבי עזריאל אלס מנהיג און ממשיך דרך פונעם אומפארגעסליכן לוחם מלחמות ה' מורם ורבם הגאון ר' אשר דויטש זצ"ל מראשי ישיבת פונוביז.

דעם פרייטאג ערב שבת האט הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה טעלעפאניש איינגעלאדענט דעם גאון צו קומען באשיינען דעם מעמד אדירי התורה און איבערגעבן דעם דבר ה' ברמה פארן עולם התורה אין אמעריקא. רבי עזריאל האט אנגענומען די הזמנת כבוד און נעכטן איז אפיציעל באשטעטיגט געווארן אז דער גאון וועט ארויספארן קיין אמעריקע נאך שבועות צו באשיינען די היסטארישע מעמד.

אין לויף פון די וואך וועט דער גאון זיין צוגאסט אין עיר התורה לעיקוואד וואו ער וועט איבערגעבן שיעורים און שמועסן אין די היכלי הישיבות און באזוכן די מוסדות התורה אין שטאט, די אכסניא של תורה וועט זיין אין שטוב פון מקורבו הנגיד ר' מענדל טרעס הי"ו מגדולי תומכי תורה.

אין די יעצטיגע טעג קומען פאר פיבערהאפטיגע הכנות צו פארזיכערן די מאקסימום הצלחה פונעם כינוס, סיי צווישן דעם המון עם אויפצוטרייבן שטיצע לטובת די לומדי תורה, רייכע מסיבות דורך חשובע פילאנטראפן און נגידים בעם, און אזוי אויך צווישן די לומדי תורה זעלבסט וועלכע טוען זיך צוגרייטן בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד, ווען עס וועט געפראוועט ווערן טויזענטער סיומי הש"ס בבלי און ירושלמי.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00