הויפט בלאט באריכט לקיים בנו חכמי ישראל: הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע שפיטאליזירט

לקיים בנו חכמי ישראל: הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע שפיטאליזירט

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' בהר בחקותי • כ"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון זקן ראשי הישיבות הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע און חבר מועצת גדולי התורה וואס איז דורכאויס די נאכט אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך שוועריגקייטן מיטן אטעם און א ערנסטע שוואכקייט. אין לויף פון די שעות פון טאג האט זיך דער מצב ב"ה סטאביליזירט און די דאקטוירים האפן אז דער ראש ישיבה וועט אין די נאנטע טעג שוין קענען באפרייט ווערן פון שפיטאל.

די פילאדעלפיע ישיבה האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג צו מתפלל זיין פארן ראש ישיבה מרן רבי שמואל בן איטא עטיל לרפואה שלימה וואס איז מיט עטליכע חדשים געווארן הונדערט יאר קע"ה לאורך ימים ושנים טובים. והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00