הויפט בלאט באריכט האד' מתולדות צבי ד'ספינקא לאזט זיך ארויס אויף א מסע מרומם צום הילולא פון הרה"ק השרף ממאגלניצא זי"ע

האד' מתולדות צבי ד'ספינקא לאזט זיך ארויס אויף א מסע מרומם צום הילולא פון הרה"ק השרף ממאגלניצא זי"ע

געשריבן דורך admin

מוצאי שבת פ' אחרי קדושים • י"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


דעם קומענדיגן זונטאג פרשת אמור הבעל"ט וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א אונטערנעמען א נסיעה צו זיין ביומא דהילולא פון הגה"ק השרף ממאגלעניצא זי"ע ביום ט"ז אייר הבעל"ט אין די שטאט מאגלעניצא, פוקד צו זיין דעם הייליגן ציון ביומא דהילולא להפקד בדבר ישועה ורחמים.

ווי ברייט באקאנט האט דער רבי שליט"א מחדש געווען דעם ציון הקדוש, וואס איז געווען פארלאזט פאר לאנגע יארן און דאס איבערגעבויעט פאר א כלילת יופי לכבודו הראוי של אותו צדיק וקדוש. צודעם איז געבויעט געווארן א ביהמ"ד מיט א מקוה מהודרת פאר די הרחבת הדעת פון די מתפללים אז מען זאל האבן א פלאץ וואו צו דאווענען און זיך קענען מסדר זיין ברוחניות און בגשמיות אין דעם הייליגן שטאט ווי דער הייליגער שרף זי"ע האט געוואוינט און משפיע געווען השפעות טובות פאר די גאנצע וועלט.

לויט דעם יעצטיגן פלאן פון די נסיעה, וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן בשעה טובה ומוצלחת דעם קומענדיגן זונטאג הבעל"ט פרשת אמור אווענט קיין פוילן. מען וועט אי"ה לאנדען בעזהשי"ת אין פוילן מאנטאג נאכמיטאג הבעל"ט, און מען וועט תיכף צופארן קיין ליזענסק.

נאך ליזענסק וועט מען אריינכאפן נאך עטליכע קברי הצדיקים וויפיל די צייט וועט ערלויבן. אויפדערנאכט ביומא דהילולא ט"ז אייר וועט מען דאווענען מעריב און אפשטייגן אין מאגלעניצא וואו עס וועט זיין לינת לילה.

דינסטאג לפנות הבוקר וועט מען ארויפגיין צום ציון הקדוש, וואו מען וועט אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהילים, דער רבי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי כיבושין און דברי התעוררות לכבוד היום. דערנאך וועט מען זיך שטעלן דאווענען א ווארעמע תפילת שחרית.

דערנאך וועט פארקומען א גרויסארטיגע סעודת הילולא לכבוד די יארצייט וואו דער רבי וועט מעריך זיין שולחנו הטהור לכבודו של יום. אין די מיטאג שעות וועט מען זיך ארויסלאזן קיין ווארשע, פון וואו מען וועט ארויספליען צוריק קיין ניו יארק, מיטנעמענדיג פילע פעקלעך פון ישועות ורפואות והשפעות טובות.

Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00