הויפט בלאט באריכט קודש ישראל: אייגנטומער פון 'צוף' אנטיק-פירמע אריינגעטראגן היסטארישע הייליגע "סידור בעל שם" צו האד' מפינסק קארלין

קודש ישראל: אייגנטומער פון 'צוף' אנטיק-פירמע אריינגעטראגן היסטארישע הייליגע "סידור בעל שם" צו האד' מפינסק קארלין

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אן אייגנארטיגע באזוך איז די וואך אפגעהאלטן געווארן בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, דורך די אייגנטומער פון די באקאנטע 'צוף' פובליקאציע פירמע, וועלכע האבן אריינגעטראגן בקודש פנימה דעם הייליגן און היסטארישן סידור פונעם בעשטה"ק, וואס איז א ספעציעלע און זעלטענע פאטאגראפיע פון דעם זעלטענעם סידור.

דער פערזענליכער סידור פונעם בעל שם טוב איז געשריבן געווארן בקדושה ובטהרה דורך זיין שוואגער און תלמיד, הרה"ק ר' גרשון קיטוב'ער זי"ע. א תקופה שפעטער איז טייל פונעם סידור פארברענט געווארן, און ס'איז צוריק צוגעלייגט געווארן פעלנדע חלקים דורך הרה"ק רבי נחמן הארדענקא זי"ע.

צווישן די היסטארישע פרטים פונעם סידור, זענען די חתימת יד קדשם פון די מאורי החסידות, די גדולי תלמידי בעל שם, א שטייגער דער הייליגער מאור עינים מטשערנאביל זי"ע, וועלכע האבן אריינגעשריבן זייערע נעמען אינעם סידור לברכה וישועה.

דער הייליגער סידור, וואס איז דורכגעזאפט מיט הייסע תפילות און טרערן פון הונדערטער יארן, ווערט יעצט ארויסגעגעבן אין א פאטאגראפיע אויפלאגע, נאכ'ן דורכגיין א זעלטענע און גענויע סקענינג, און געדרוקט געווארן מיט די העכסטע מאס אויטענטישקייט, און ווערט ארויסגעגעבן אין א באגרעניצטע צאל.

ביים באזוך האבן אנטייל גענומען הרב נתן פעלדמאן, אייגנטומער פון 'צוף' ספרים, הרב אברהם קישון, אייגנטומער פון 'קולמוס' הפצה, און הרב אברהם דוב גרינבוים, וואס האבן געגעבן דעם רבי שליט"א דעם סידור פון בעל שם טוב.

מיט א הייליגן ציטער האט דער רבי שליט"א האט גענומען אין הענט דעם הייליגן סידור, עס געעפנט בסילודין און אויפגעמישט נאך תפילת מוסף פון ראש השנה, וואו מען זעט בלוט פלעקן פונעם בעל שם טוב, וואס האט געדאוונט במסירת נפשו ודמו לקל חי. זעענדיג די פלעקן האט זיך דער רבי שליט"א צעוויינט און אנגעהויבן זינגען א ניגון פון די תפילות פון די ימים נוראים.

דער רבי שליט"א האט דערציילט אז "אין קארלין האט דער הייליגער סידור געטראגן אן אומשאצבארע ווערד, און מ'האט עס גערופן 'דער הייליגער זוהר פון בעל שם טוב', און עס איז באקאנטע סגולה צו לערנען אין דעם, און דאס האלטן אין שטוב". אויך האט דער רבי שליט"א נאכגעזאגט א מימרא פון צדיקים, אז "דער ספר 'מאור עינים' איז גוט פאר די אויגן, און דער סידור פון בעל שם טוב איז זיכער גוט פאר א ישועה".

צו קויפן דעם סידור קען מען זיך ווענדן צו:

sales@siddurbaalshemtov.com

Siddurbaalshemtov.com

347-201-1751

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00