מוצאי שבת פ' טהרה • ה' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי צאנז נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער א ערשטמאליגע היסטארישע שבת מרומם 'עתיקא קדישא' וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט פראווען די קומעדיגע שבת קודש פרשת שלח מברכים חודש תמוז בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם.
ווי שוין ברייט באריכט דא אויף בחצרות האט די הנהלת ממלכת החינוך דחסידי צאנז בארה"ק פלאנירט א נסיעה למקומות הק' אין אייראפע געאייגענט פאר א גרעסערע קבוצה נגידים בעם חסידי צאנז פון איבער די וועלט וואס שליסן זיך אן אינעם מגבית "יחידי סגולה" לטובת די מוסדות וואס געפינט זיך אין א שווערן פינאנציעלן מצב, די נסיעה איז געוועהן א הוראת שעה, טראץ די קפידא פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע אז מ'זאל נישט פארן צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, וואו ער פלעגט נאכזאגן פון פריערדיגע, אז די נשמות הצדיקים קומען קיין ארץ ישראל, און עס פעלט נישט אויס אהין צו פארן.
דעם אנהייב וואך זענען די ראשי ומנהלי המוסדות אריינגערופן געווארן אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט געבעטן די עסקנים נישט אפצורעכטן די געפלאנטע נסיעה, די רבי האט באטאנט די דערמאנטע קפידה פון זיין פאטער די קלויזנבורגער רב זי"ע און באזונדער אויסגעדרוקט מורת רוחו צוריק צו פארן צום עיר הדמים אוישוויץ, זאגנדיג אז אויף א פלאץ וואס מיליאנען אידן זענען פארגאזט געווארן, הערשט א טומאה און קליפות, ארץ אל תכסי דמם.
די רבי שליט"א האט אבער באלד אנגעטראגן צו פראווען א שבת מיט די נגידים ביי איינע פון די מקומות הקדושים בתוככי ארצינו הקדושה, און האט באוויליגט צו פערזענליך אנטייל נעמען אינעם שבת מיט די תומכים ביים כותל המערבי, ארויסצווייזן הכרת הטוב פאר די וואס שטייען לימין קדשו א גאנץ יאר.
די בשורה האט אויסגערופן גרויס איבערראשונג, און איז די געשפרעך פון טאג ביי צאנזער חסידים אומעטום, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רבי וועט ארויספארן אויף א שבת מחוץ לעיר מיט נגידים, א געהויבענעם שבת מבואו ועד צאתו אויף דעם הייליגן ארט פון השראת השכינה.
א ספעציעלע וועד איז געשטעלט געווארן זיך אפצוגעבן מיט די הכנות צו דעם געהויבענעם שבת, די גאנצע שבת וועט אפגעראכטן ווערן ממש מול קודש הקדשים, אין די מנהרות הכותל, ווי מען וועט אפרעכטן די הייליגע תפילות בוקעות רקיעים און די סעודות שבת כשהמלך במסיבו.