הויפט בלאט באריכט זעקת השבת: היסטארישע קול קורא דורך גדולי ישראל פון אלע שיכון און קרייזן צוליב פארמערטע חילולי שבת אין ארץ ישראל

זעקת השבת: היסטארישע קול קורא דורך גדולי ישראל פון אלע שיכון און קרייזן צוליב פארמערטע חילולי שבת אין ארץ ישראל

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


א היסטארישע קול קורא ערשיינט דעם ערב שבת אין ארץ ישראל, אונטערגעשריבן דורך צענדליגער גדולי ישראל, אדמור"ים וראשי הישיבות, פון די חסידישע, ליטווישע, און ספרדישע קרייזן צוגלייך, וואו זיי רופן דעם ציבור צו שטיין כחומה בצורה קעגן די שרעקליכע חילול שבת וואס קומט פאר אין געוויסע געגנטער, וואו גרויסע שאפינג צענטערס זענען אפן בעצם יום השבת קודש.

דאס קומט נאכדעם וואס א נייע ריזיגע שאפינג צענטער מיטן נאמען "ביג פעשאן" נישט ווייט פון בני ברק, האט געמאלדן אז זיי וועלן עפענען זייערע געשעפטן ביום השבת, וואס האט געפירט צו א שטורמישע מערכה דורך שלומי אמוני ישראל מוחה צו זיין אויף דעם שרעקליכן חילול השבת קודש.

די גדולי הדור אין ארץ ישראל האבן זיך פאראייניגט אויף א היסטארישע קול קורא צו מוחה זיין כדת של תורה, און שטעלן א חוב קדוש צו ערליכע אידן באשם הם שם, וואס זענען מקפיד אויף שמירת שבת, אז מען זאל נישט איבערטרעטן די שוועל פון דעם שאפינג צענטער, און אזוי אויך אנדערע געשעפטן וואס טראגן דעם נאמען.

די קול קורא איז אונטערגעשריבן דורך מרנן האדמורי"ם מגור, בעלזא, וויזניץ, צאנז, באיאן, ערלוי, סערט  וויזניץ, טשערנאביל, ביאלא, נדבורנא, מחנובקא בעלזא, מודזיץ, אלכסנדר, סטריקוב, ראחמיסטריווקא, סאדיגורא, לעלוב, שבט הלוי, און זוועהיל, מרנן ראשי ישיבת סלאבאדקע, פאנאוויטש, הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן, הגאון ר' יצחק זילבערשטיין, הגאון רבי יצחק יוסף און נאך פילע גדולי ישראל.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00