הויפט בלאט נייעס ק"ק סאטמאר נעמט איבער ערשטע פאזע פון מאסיווע דירות דעוועלאפמענט דק"ק וויזניץ אין בלומינגראוו קרית יואל

ק"ק סאטמאר נעמט איבער ערשטע פאזע פון מאסיווע דירות דעוועלאפמענט דק"ק וויזניץ אין בלומינגראוו קרית יואל

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' כי תשא • י"ג אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


א היסטארישע אסיפה איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד לחיים צו א זעלטן פריידיגע אנטוויקלונג בקורות עיר הצדק קרית יואל, במעמד פון די ראשי ק"ק תורת חיים וויזניץ אין וויליאמסבורג, און דעוועלאפערס פון דער גיגאנטישער ״פראספעקט״ דעוועלאפמענט אין ״בלומינגגראוו״ קרית יואל, ה"ה הנגיד החסיד ר' שמעון דושינסקיא הי"ו, הרה"ח ר' מאיר ראזנפעלד הי"ו משב"ק כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, און הרה"ח ר' הערש לייב ראזנפעלד הי"ו מנהל כללי מוסדות וויזניץ וויליאמסבורג, וועלכע זענען אין ברען פון אויפבויען א מעכטיגער מעגא-פראיעקט פון העכער 2,000 דירות, פון וועלכע 200 פראכטפולע דירות שטייען שוין גרייט, פארטיג צו ווערן גענצליך אין די קומענדיגע חדשים בעזר ה׳!

אינאיינעם מיט די ראשי ק"ק סאטמאר פון וויליאמסבורג און קרית יואל, ובברכתו ובעידודו פון ביידע מנהיגי הקהילות האדמור"ים מסאטמאר און וויזניץ וויליאמסברג, איז אויסגעארבעט געווארן, אז די ״גאנצע ערשטע פאזע״ פון 200 דירות, וועט אי״ה איבערגעגעבן ווערן פאר תלמידי וחסידי סאטמאר, און דערמיט ברענגען אן אויסטערלישע הרווחה אינעם דירות מאנגעל וואס פלאגט יהדות ניו יארק!

באותו מעמד האבן זיך די חשוב׳ע דעוועלאפערס פארפליכטעט אהערצושטעלן א הערליכער ביהמ״ד מפואר פאר די סאטמארע קהילה, און אזוי אויך איז אויסגעארבעט געווארן פלענער מיט די הנהלת מוסדות סאטמאר קרית יואל אין שפיץ פונעם ענערגישן מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער הי"ו צו קענען אהערשטעלן פרישע כתות און בנינים נאכצוקומען דעם צופלוס פון אזויפיל פרישע הונדערטער קינדער בלי עין הרע סיי די היימישע קינדער אנשי שלומינו חסידי סאטמאר און אזוי אויך די קינדער פון די וויזניצער משפחות וואס וועלן וואוינען אינעם געגענט.

ביי דער מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פונעם סאטמארער רבי'ן שליט״א, האבן זיך באטייליגט בנו הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, וואס האט בשליחות הקודש פערזענליך באגלייט די גאנצע אונטערנעמונג אין די לעצטערע תקופה, אינאיינעם מיט די ראשי הקהילה אין וויליאמסבורג און קרית יואל, דער רבי שליט"א האט שטארק באגריסט די צוזאמענארבעט מיט ק"ק וויזניץ, וואו דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט ביים אסיפה "מיר זענען שטענדיג געוועהן גוטע שכנים אין וויליאמסבורג און מיר וועלן ווייטער זיין גוטע שכנים אין קרית יואל", באזונדער האט דער רבי ארויסגעברענגט די ווייטגרייכנדער פועל יוצא פאר׳ן עתיד און שלימות פונעם הייליגן שטאט קרית יואל און מאציל געוועהן ברכת קדשו לרוב אז חפץ ה' בידינו יצליח.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00