מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין חצר הקודש באבוב-45 גרייט מען זיך שוין הכנה דרבה צום גרויסן טאג י"ב אדר הבעל"ט, ווען עס וועט אפָּגעצייכנט ווערן גאנצע צוואנציג יאר זינט כלל ישראל בכלל און באבובער חסידים בפרט האבן פארלוירן דעם צדיק נשגב, נערץ ונקדש בכל בית ישראל, כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן לדאבון כל בית ישראל י"ב אדר תשס"ה. כמידי שנה בשנה וועלן זיך טויזנטער אידן צונויפקומען צו דער יאָרצייט בכל אתר ואתר און פראווען סעודות הילולא און מעלה זיין זכרונות והנהגות קדושות פון דעם גרויסן בעל הילולא זי"ע.
דער סעודת הילולא רבתי וסיום הש"ס וועט געפּראַוועט ווערן ברוב עם ועדה דעם דינסטאג נאַכט הבעל"ט, אין בית המדרש הגדול דק"ק באבוב–45 אין בארא פּארק, וואו עס ווערט געהערט ווערן דברות קודש און דרשות פון חתניו כבניו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א.ביומא דהילולא י"ב אדר וועלן אלפי ישראל שטראמען על קברו של אותו צדיק, אויפ'ן באבובער חלקת בית החיים אין ניו דזשורזי, און משתטח זיין אויף זיין ציון, צו בעטן און איינצורייסן בזכותו הק' אויף ישועות ורפואות, ומה כאן עומד ומשמש, אף שם עומד ומשמש.
דעם שבת פ' תצוה, שבת פאר די יארצייט, האבן זיך די חסידים צוזאמגענומען אין אלע בתי מדרשים בכל מקומות מושבותיהם און איברעגעחזר'ט משנתו הטהורה כהכנה דרבה צום יומא דהילולא.
אין מאנסי האבן די חסידים געהאט די זכיה מיטצולעבן א דערהויבענע שבת אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א חתנו הגדול פונעם בעל הילולא וועלכע האט געפראוועט דעם גאנצן שבת און די מלוה מלכה אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין מאנסי און מערערע מאל אויפגעטראטן בדברי תורה וסיפורי צדיקים במשנתו פונעם גרויסן שווער דער באבובער רב ז"ל.
אינעם נייעם יישוב אין יוניאן ניו דזשורזי האט געוויילט אויף שבת הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן שליט"א וואו ער האט פארברענגט מיט די ארטיגע חסידים בשבת אחים גם יחד. אין אנטווערפען איז געפראוועט געווארן די שבת לפני ההילולא, מיטן אורח הכבוד הרה"צ רבי חיים בנציון אונגער שליט"א בנו חביבו פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט געוויילט אויף שבת בתוככי הקהילה.
אין ארץ ישראל קומט פאר די צענטראלער סעודת הילולא אין שפיץ פונעם חשובן גאסט הרה"צ רבי יחזקאל אונגער שליט"א וואס קומט ספעציעל צו פארן בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.