הויפט בלאט בילדער חסידי בעלזא אין אמעריקע אין רגשי קודש צו ביקור המרומם פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח דעם שבת תצוה-זכור

חסידי בעלזא אין אמעריקע אין רגשי קודש צו ביקור המרומם פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח דעם שבת תצוה-זכור

געשריבן דורך admin

דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי בעלזא אין אמעריקע זענען איינגעהילט אין געשפאנטע רגשי הלבבות לקראת דעם גרויסארטיגן און זעלטן גייסטרייכן שבת התאחדות וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם שבת תצוה-זכור בראשות דעם אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א וואס קומט צו פארן בשליחות אביו הגדול כ"ק בעלזער רב שליט"א לעשות את השבת פאר כלל חסידי בעלזא איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי.

דער גרויסער שבת טראגט א אומשאצבארן באדייט ביי בעלזע חסידים אין אמעריקע, קומענדיג נאך כמעט 15 יאר פונעם לעצטן גרויסן שבת אין בארא פארק, און אצינד איז מען ווידער זוכה נאך לאנגע יארן זיך צו מאחד זיין כאיש אחד ובלב אחד און זיך מתחמם זיין לאורו פונעם גרויסן גאסט הרה"צ ר' אהרן מרדכי.

לרגל דעם שבת קומען צו פארן פילע הונדערטער געסט פון אלע שטעט, און דער "וועד הכנסת אורחים" שע"י ק"ק בעלזא אין בארא פארק איז פיבערהאפטיג אקטיוו מיט'ן ארויסדינגען פילע הכנסת אורחים שטיבלעך אין בארא פארק צו פלאצירן די הונדערטער געסט.

הרה"צ ר' אהרן מרדכי וועט זיך ארויסלאזן דעם דאנערשטאג תצוה פון ארץ ישראל אין באגלייטונג פון אן ענגע פמליא מקורבים און משמשים, און וועט לאנדן על אדמת ניו יארק פרייטאג 6 אזייגער פארטאגס, וואו עס וועלן אפווארטן אין לופטפעלד די דייני הקהלה פון אמעריקע און צענדליגער אנ"ש חסידי בעלזא.

הרה"צ ר' אהרן מרדכי וועט תיכף אריינפארן קיין בארא פארק, און וועט האבן די אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אליעזר איגל שליט"א. דער שבת וועט געפראוועט ווערן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, אלע תפילות און די באטע וועט פארקומען אינעם נייעם גיגאנטישן בעלזער ת"ת, וואס ווערט אויסגעשטאט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף אלע זייטן צו אקאמאדירן דעם ציבור האלפים. אלע 15 שטיבלעך דחסידי בעלזא ברחבי בארא פארק וועלן אויף דעם שבת זיין געשלאסן, כולם נקבצו באו זיך מסתופף זיין בצלו פונעם אורח הדגול.

פרייטאג צונאכטס וועט פארגעקומען א גרויסע באטע מיט זמירות ותשבחות און דברי תורה דורכ'ן אורח הדגול. מוצש"ק נאך הבדלה וועט אויף א פייערליכן פארנעם אפגעראכטן ווערן א גרויסארטיגע "מעמד באגלייטן" וואו מ'וועט באגלייטן דעם אורח הדגול ברחובות העיר בתופים ומחולות צום בית האכסניא.

זונטאג נאכט וועט פארגעקומען די גראנדיעזע "דינער המייסדים" מיוחד פאר די קרואי מועד נגידי בעלזא פון אמעריקע, וואס שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים פאר'ן אויפבוי פון די נייע גיגאנטישע "מחנה בני בעלזא" אין וואודרידזש. דער מלכות'דיגער דינער וועט פארקומען אין א רייכע האטעל אין סטעטן איילענד, וואו ס'וועט אויפגעטריבן ווערן די מעגא סומע פון "צען מיליאן דאלאר" אהערצושטעלן מיט פראכט די נייע יונגל קעמפ וואס ווערט געבויעט לשם ולתפארת.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00