דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס עקסטאז האבן תלמידי וחסידי טאהש בכל מקומות מושבותיהם אויפגענומען די פרייליכע נייעס פון הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדות טאהש אין ניו יארק, ווען ביי א אסיפה די וואך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, האט דער רבי שליט"א באשלאסן – נאך די פארלאנג און נאכפראגע פון תלמידי וחסידי טאהש אין ניו יארק – אז בנוסף צו די ישיבה גדולה אור החיים אין קרית טאהש המתנוסס לשם ולתפארת ולתהילה די לעצטע פינעף יאר, וועט מען אצינד מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיטן עפענען א נייע ישיבה גדולה דחסידי טאהש אין ניו יארק, וואס וועט זיין א המשך פון די ישיבה הקדושה "תפארת משולם פייש" אין טשעסטער וואס האט זינט איר עפענונג מיט עטליכע יאהר צוריק קונה שם געוועהן אלס פראכטפולע מקום תורה.
דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען די נייע ישיבה גדולה אין ניו יארק "ישיבה תורת משולם פייש" לשמו ולזכרו פון אביו הקדוש זי"ע, און מאציל געווען ברכתו הטהורה אז דער גרויסער זכות פון אביו הרה"ק מטאהש זי"ע זאל מגין זיין אז די נייע ישיבה זאל מצליח זיין אויפצושטעלן בחורים מופלגים בתורה ויראת שמים וואו ס'איז געווען משאת נפשו הטהוה כל ימיו, ס'איז זיכער א נייחא לנשמתו הטהורה בגנזי מרומים, אז ס'וואקסן ווייטער דורות ישרים ומבורכים על פי דרכו הטהורה.
אין די זעלבע צייט, איז אויפגענומען געווארן די בשורה טובה מרנינה אז דער ראש וראשון לכל קדשי בית טאהש, הרב שלמה ראטטער קלוזשער רב שליט"א האט בנדבת לבו הטוב אפגעקויפט דעם "זכות קרן היסוד" אוועקצושטעלן די יסוד און התייסדות פון די נייע געגרינדעטע "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק, לעשות רצון צדיק כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א.