הויפט בלאט נייעס פּוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א מיט הייליגער רוף צו בחורי ישראל אין ליכט פון "גזירת הגיוס": "אל תיראו ואל תפחדו"

פּוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א מיט הייליגער רוף צו בחורי ישראל אין ליכט פון "גזירת הגיוס": "אל תיראו ואל תפחדו"

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די טעג ווען די מדינת ישראל רעגירונג האט גענומען ערנסטע שריט אַנבאַלאַנגט דעם פרישן "חוק הגיוס" איז באריכטעט געווארן איבער אַ פרישער וואָרענונג און סטראַשעריי פון די מיליטער זעלבסט אַז מ'וועט אין די נאָנטע טעג אַרעסטירן די אַלע בחורים וואָס האָבן זיך נישט געשטעלט צו די "לשכות הגיוס".

אין ליכט פון דעם איז דער שר צבא ה' מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אַרויסגעקומען מיט אַ שטאַרקער חיזוק בריוו, געשריבן געוואָרן בכתב יד קדשו וואָס ליינט זיך ווי פאָלגענד: "שבט תשפ"ה. השלטונות בארץ ישראל גזרו גזירת שמד על בחורי ישראל ה' ירחם, והנני בזה בקריאה אל תיראו ואל תפחדו ואל תשמעו להם ושכרכם רב מאוד. אשריכם גיבורי החיל. כולנו עמכם ונצליח בעזה"ת לראות ישועת ה', ולא יצליחו במזימתם לשבור רוחינו ולהחריב בזה היישוב היהודי כאן, ובזכות זה תזכו לעליה בתורה והצלחה ברוחניות וגשמיות". אונטערגעשריבן חתי"ק.

דער דאָזיגער בריוו איז געשריבן געוואָרן פאָריגע וואָך ענדע חודש שבט, ווען עס איז אָנגעקומען צום גאון שליט"א פילע ווענדונגען פון אידן וואָס זענען שרוי אין די ביטערע צרה, ווען מ'לאָקערט נאָך זייערע טייערע קינדער די בחורי חמד, וואָס זייער איינציגער זינד איז, אַז זיי ווילן פאַרבלייבן ביי די גמרא בין כותלי הישיבה, און די מיליטערישע פּאָליציי לאָקערט נאָך זיי טאָג טעגליך.

גלייכצייטיג זענען אַרויפגעקומען די עסקנים פונעם "מרכז עזרה וייעוץ שע"י העדה החרדית" און פאָרגעלייגט פאַר'ן פוסק הדור שליט"א די אומגעהויערע שוועריקייטן וואָס מ'גייט אַדורך אין די לעצטע צייטן מיט די פילע אַרעסטן פון בחורים און אינגעלייט וואָס האָבן זיך נישט געשטעלט צום "לשכת הגיוס" אויף די הוראה פון גדולי ישראל.

דער בריוו איז באַלד פאַרשפּרייט געוואָרן איבער די גאַסן אין ארץ ישראל און אין די היכלי הישיבות הקדושות, וואָס האָט אריינגעבלאזן אַ גייסט פון גבורה דקדושה אינערהאַלב די צענדליגער טויזנטער בחורים און אינגעלייט די מקדשי שם שמים און לוחמי מלחמת ה' ברמה אין ארצינו הקדושה.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00