הויפט בלאט נייעס הנשיאים: מעמד רבתי לטובת כולל חיבת ירושלים פארצוקומען אין אנטווערפען בראשות האדמור"ים מבאבוב און פשעווארסק

הנשיאים: מעמד רבתי לטובת כולל חיבת ירושלים פארצוקומען אין אנטווערפען בראשות האדמור"ים מבאבוב און פשעווארסק

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


מטעם הנהלת כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס איז אין די יעצטיגע טעג באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער פון די גייסטרייכער מעמד דינער רבתי לטובת די כולל וואס וועט פארקומען דעם חודש אדר אין אנטווערפען בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל.

די גרויסע מעמד וועט אי"ה פארקומען מאנטאג פקודי כ"ד אדר הבא עלינו לטובה, אין די ריזן בית רחל זאל אין אנטווערפען און וועט באשיינט ווערן דורך די אורחי הכבוד נשיאי הכולל, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א נשיא הכולל אין אמעריקא, און כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א נשיא הכולל אין אייראפע, במעמד טויזנטער תושבי העיר, און נאך פילע געסט פון אויסלאנד וואס וועלן קומען צופארן מיטצוהאלטן די מסע המרומם וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט דאן אפרעכטן קיין אנטווערפען בקרב עדת צאן מרעיתו.

די מעמד אנטשפרעכט צו פארוואנדלט ווערן אלס א כינוס לצדיקים הנאה להם והנאה לעולם, ווי עס וועלן באשיינען בכבודם הרמה די ראשי עם קודש, די צוויי גדולי האדמורי"ם וואס עינם ולבם כל הימים צו די הייליגע צדקה וואס איז געוועהן נערץ ונקדש ביי די צדיקי הדורות און איז בפרט געווען אזוי הייליג און טייער ביי צדיקי בית באבוב און פשעווארסק לדורותם.

בשעת די מעמד וועט מען הערן די ברכת הקודש פון ביידע אדמורי"ם שליט"א, און ביים ענדע וועט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א כמנהגו ביי די מעמדים לטובת די כולל אפנעמען די נדבות און תרומות הקודש פון אלע משתתפים וואס וועלן זיך משתתף זיין בעין יפה להחזקת הכולל.

לקראת די היסטארישע מעמד זענען די חברי הנהלת הכולל אין אמעריקא אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איינצולאנדען דעם רב שליט"א צום כנסיה לשם שמים, און אין די זעלבע צייט מעבר לים זענען די חברי ההנהלה אין אייראפע אריין צו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און געלאנדט דעם רבי'ן צו דעם היסטארישן מעמד, ווי די מאורי החסידות וועלן דערביי ארויסווייזן זייער שטארקע חביבות און הערצה צום הייליגן מסורה'דיגן פושקע פון רבי מאיר בעל הנס.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00