הויפט בלאט באריכט רגש של שמחה צווישן חסידי וויזניץ צום חתונה הגדולה בחצרות וויזניץ מאנסי – וויזניץ קייאמישע

רגש של שמחה צווישן חסידי וויזניץ צום חתונה הגדולה בחצרות וויזניץ מאנסי – וויזניץ קייאמישע

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' תרומה • כ"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי וויזניץ גרייטן זיך מיטצולעבן נאך א שמחה בחצרות הקודש וויזניץ, דאס מאל ווען די ברודער כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי און קייאמישע וועלן אינאיינעם מפאר זיין על ראש שמחתם ביי די גרויסע חתונה פון זייערע אייניקלעך, דעם קומענדיגן דינסטאג תצוה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ אין מאנסי.

בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה הבחור החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר  מוויזניץ מאנסי שליט"א, די יונגסטער טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' דוד דוב האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל, חתן כלה, שלשים וגם רבעים, דריי מאל אייניקלעך פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.

די געהויבענע שמחת החתונה ברענגט אויף התרגשות דקדושה ביי חסידי וויזניץ ווען מ'וועט האבן די זכיה זיך מיטצופרייען בשמחתם הגדולה פון די צוויי ברודער האדמורי"ם, במקום קדוש ווי עס האט געפראוועט זייער גרויסן טאטן דער וויזניצער רבי זצ"ל, זייענדיג די ערשטע חתונה צווישן די צוויי וויזניצע הויפן זינט דעם רבינס הסתלקות.

די ימי אורה ושמחה וועט זיך שוין אנהייבן דעם שבת קודש ביים עליה לתורה בחצר הקודש אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק, מוצאי שבת וועט פארקומען די שמחת הפארשפיל בשמחה ובצהלה אין גיבבערס, און באזונדער וועט אויך פארקומען א פארשפיל בחצר הקודש וויזניץ אין מאנסי.

מאנטאג תצוה וועט פארקומען די חתן מאהל אין ביהמ"ד אמרי חיים וויזניץ אין מאנסי, און א טאג דערויף די גרויסארטיגע שמחת החתונה אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי, במקהלות עם רב טויזנטער חסידים פון אלע וויזניצער הויפן.

די געהויבענע שבת של שמחה שבת שבע ברכות וועט געפראוועט ווערן אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול אין מאנסי, וואו עס וועלן פראווענען אינאיינעם די צוויי גרויסע ברידער האחים המחותנים, האדמור"ים מוויזניץ פון מאנסי און קייאמישע בשבת אחים גם יחד, אינאיינעם מיט פילע געסט חסידי וויזניץ פון אלע שטעט.

די שבעת ימי המשתה וועט געפייערט ווערן ברוב שמחה וחדוה, ליל שישי קומט פאר די שבע ברכות אין די ישיבה בנין אבות וויזניץ אין קייאמישע וואו דער חתן איז א תלמיד און דער מחותן הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א דינט אלס מגיד שיעור בין כותלי הישיבה, זונטאג נאכט וועט געפראוועט ווערן די שבע ברכות אין שטאט בארא פארק צוגעשטעלט דורך די מחותן הרה"צ רבי דוד דוב האגער שליט"א אין די זאל פון בית אסתר אין שפיץ פון די אדמורי"ם שליט"א, אויפצומארגנס מאנטאג וועט פארקומען די לעצטע שבע ברכות ונעילת ימי השמחה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00