הויפט בלאט בילדער באשיידענע מסיבת שבע ברכות אין אכסניא פון האד' מוויזניץ אין לאס אנדזשעלעס מיט השתתפות פון פינעף אדמור"י וויזניץ

באשיידענע מסיבת שבע ברכות אין אכסניא פון האד' מוויזניץ אין לאס אנדזשעלעס מיט השתתפות פון פינעף אדמור"י וויזניץ

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' תרומה • כ"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


בשמחה וצהלה איז געפראוועט געווארן די לעצטע שבע ברכות בחצרות הקודש וויזניץ בצלא דמהימנותא עילאה פונעם סבא קדישא דער גרויסער עלטער-זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין לאס אנדזשעלעס, וואס האט – אנדערש ווי די ארגינעלע פלאן – נישט געקענט ארויספארן קיין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה, מחמת חולשת גופו הטהור.

די שבע ברכות וואס האט געזאלט פארקומען אויף א גרויסע פארנעם מיט א היסטארישע התכנסות פון כלל חסידי וויזניץ פון איבער גרעיטער אמעריקע און קאנאדא, איז למעשה פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם בבית האכסניא מיט בלויז די נאנטע משפחה מיטגלידער און א צאל געלאדענטע געסט.

די שמחת שבע ברכות ונעילת ימי השמחה איז באשיינט געווארן בשבת בני אחים גם יחד דורך די ברודער האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ, שוועסטער קינדער פונעם וויזניצע רבי'ן שליט"א, אין שפיץ פון די גרויסע זיידעס פון די כלה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א חתנא דבי נשיאה, און אזוי אויך די דאפלטע עלטער פעטערס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס וויילט אין די לאס אנדזשעלעס אומגעגנט אויף אפרוה, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א וואס האט געוויילט אין לאס אנדזשעלעס לטובת מוסדותיו און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס וויילט די יעצטיגע וואכן אין קאליפארניע אויף אפרוה.

אום פינעף אזייגער נאכמיטאג איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ערשינען צו די שמחה אינאיינעם מיט כ"ק האדמורי"ם שליט"א און זיך געוואשן צום סעודה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה בעת דער רבי איז מעודד די ניגונים, טראץ די אויסטערלישע שוואכקייט אין וואס די רבי האט זיך געפונען האט די רבי מיטגעהאלטן די שמחה פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה, און דערנאך מכבד געווען מיטן בענטשן די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, מיט שבע ברכות דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און דער רבי זעלבסט האט געזאגט ברכה אחריתא.

נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא הרב נחמן פאללאק אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א מיט הארציגע דברי חרוזין, ארויסברעגענדיג די תשוקה און האפענונג פון וויזניצער חסידים אומעטום וואס קוקן ארויס אויפן רבינס גענצליכע רפואה און אריכות ימים ושנים טובות, דאן איז דער רבי שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, דערנאך מיט די חתן און מחותנים און א באזונדערע ריקוד מיט די זיידעס און פעטער'ס האחים האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00