זינטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די טעג האט דער היימישער אסעמבלימאן ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו מחשובי חסידי בעלזא פון מאנסי, וועלכער האט עטליכע חדשים צוריק געווינען א זיץ אין די ניו יארק סטעיט אסעמבלי, באזוכט בבתי גדולי ישראל אין ארה"ק, אדמור"ים און רבנים פון די חסידישע, ליטווישע און ספרדישע קרייזן צוגלייך.
אין לויף פון די וואך האט ער באזוכט ביי מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ביי האדמור"ים מצאנז, סאדיגורא, קרעטשניף, ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ביי הגאון רבי דב לאנדא און הגאון רבי משה הילל הירש ראשי ישיבת סלאבאדקע, הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז, הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י און ביים ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א.
בין השיחים האט מען אויסגעשמועסט א צאל ברענענדיגע נושאים וואס זענען עומדים על הפרק ביים ניו יארקער אידנטום, ובפרט דער שווערער גזירת החינוך, אין א צייט וואס די עדיוקאציע דעפארטמענט האט אצינד גענומען ערנסטע שריט קעגן עטליכע מוסדות התורה אין ניו יארק. אלס אידישער אסעמבלימאן אין ניו יארק סטעיט מיט א מאכטפולע כח אין אלבאני האט ער זיך דורכגעשמועסט מיט די גדולי ישראל איבער די ווייטערדיגע שריט אינעם קאמפ אפצושלאגן די גזירה, די גדולי ישראל האבן אייניג געוואונטשן דעם אסעמבלימאן צו קענען ווייטער אויפטון פאר אידישע קינדער און א ברכה מיוחדת צו קענען פארזעצן מיטן ערליכן חינוך וגזירה עבידא דבטלי.