הויפט בלאט באריכט יום שכולו תורה: טיפע רושם אויף תושבי לאס אנדזשעלעס נאך קורצע באזוך פון ראש הישיבה הגר"ש אלתר שליט"א

יום שכולו תורה: טיפע רושם אויף תושבי לאס אנדזשעלעס נאך קורצע באזוך פון ראש הישיבה הגר"ש אלתר שליט"א

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' משפטים • כ' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


בכבוד והערצה האבן תושבי לאס אנדזשעלעס מקבל געווען בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ הקודש, מרן הגאון ראש הישיבה ר' שאול אלתר שליט"א, וועלכער האט דעם זונטאג פארטאגס געלאנדעט אויף א קורצע ביקור חיזוק בקרב עדת תושבי העיר, און אויפטרייבן שטיצע פאר די מוסדות הקדושים בארץ הקודש.

אין די פריע פארטאגס שעה'ן האט דער ראש ישיבה געלאנדעט אין לאס אנדזשעלעס נאך א 15 שעה'דיגע רייזע, אין לופטפעלד האבן אפגעווארט א קבוצה נכבדה חסידים ואנשי מעשה.

דער ראש ישיבה איז אריינגעפארן אין שטאט לבית האכסניא אין קורצליך דערויף ערשינען צו תפילת שחרית אין תלמוד תורה תורת אמת וואו דער ראש הישיבה האט נאכן דאווענען איבערגעגעבן א שיחת חיזוק און די תלמידים זענען פאראיבער שלום נעמען.

פארמיטאג איז דער ראש הישיבה אנגעקומען אויף קביעת מזוזה אין שטוב פון העסקן ר' אליעזר קאלאדני הי"ו פון לאס אנדזשעלעס, א טעטיגע עסקן פאר מוסדות פני מנחם.

אין לויף פונעם טאג זענען אריינגעקומען א קבוצה בחורים פון די טעלזער ישיבה אין שיקאגא וועלכע האבן געוויילט אין שטאט און זענען אריינגעקומען רעדן אין לערנען מיטן ראש הישיבה. אויך זענען ארייגנעקומען די לומדים מופלגים פון די שטאטישע כולל ד'לאס אנדזשעלעס וואו מען האט זיך מפלפל געוועהן אין לערנען בחדוותא דשמעתא.

שפעטער אין טאג האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך אינעם היימישן תלמוד תורה אין שטאט וואו ער האט משמיע געוועהן דברי חיזוק פאר די תלמידים, און באזונדער פאר די כלי קודש און מלמדים.

דערנאך האט דער חשובע גאסט באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' ראובן גריידין הי"ו וואו עס זענען ארויפגעוקמען די חברי ק"ק "אור החיים" בראשות הגאון ר' שלמה קליין שליט"א, וואו דער ראש הישיבה האט געענפערט אויף שאלות בעניני השקפה און נאך תחומי החיים.

ארום זיבן אזייגער איז דער ראש ישיבה ערשינען אין דער שטאטישער כולל, וואו עס איז געווען פארזאמלט א ריזן ציבור פון הונדערטער לומדים ומבקשים, וואס זענען געקומען לשמוע את דבר השם, און זיך קאכן בריתחא דאורייתא. דער ראש ישיבה האט איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי חיזוק בעניני השעה.

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט מיט א פריוואטער פליגער קיין לעיקוואד, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע צוויי טעג בקרב קהילתו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00