מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט אן אויסטערלישע התרוממות עילאה און חרדת קודש ווערט אויפגענומען ביי חסידי באבוב-45 די בשורה נרגשת אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט אונטערנעמען א מסע הקודש לערי אבותיו הקדושים זי"ע לרגל די הילולא קדישא פונעם ראש השושלת לצדיקי בית באבוב, דער מאור הדורות ורבן של כל בני הגולה הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, וואס געפאלט אויס קומענדיגן מיטוואך שמיני כ"ה ניסן הבעל"ט.
דער רבי שליט"א וועט ארויספארן אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער דער גארער וועלט וואס וועלן אריינכאפן די זכי' מיטצולעבן דעם מסע הקודש קיין צאנז, ווי ברייט באקאנט ביי חסידי באבוב-45 דאס התקשרות עילאה פונעם רבי'ן שליט"א צום הייליגן צאנזער זיידן, דער רבי האט געהאט די זכי' מיט יאהרן צוריק איבערצודרוקן די תשובות דברי חיים זייענדיג אזוי אדוק ומקושר במשנתו הטהורה.
אצינד האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו ארויסצופארן אינאיינעם מיט קהל עדת צאן מרעיתו, צום הילולא קדישא כ"ה ניסן איינצורייסן ביים ראש השושלת דער הייליגער צאנזער רב זי"ע להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן צומארגנס פון אסרו חג פסח מיט א ספעציעלער טשארטער פליגער קיין פולין, וואו מען וועט מעגליך אויך מתפלל זיין ביי עטליכע פון די קברי אבות ברחבי פולין – גאליציע, דער הויכפונקט וועט זיין דער מעמד התפלה ביים ציון קודש הקדשים אין צאנז, און דער סעודת הילולא וואס דער רבי שליט"א וועט פראווען במעמד קהל ועדה באתרא הדין.
אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די העפטיגע אראנדזשירונגען דורך די עסקנים אין צוזאמענארבעט מיט די בארימטער ללכת פירמע, מסדר צו זיין די פילע דעטאלן פון די נסיעה רוממה, וואס אנטשפרעכט צו זיין א יומא אריכתא פון אומבאשרייבליכע התעוררות און הייליגע שעה'ן פון התרוממות הנפש בצל קדשם פון די אבות החסידות זי"ע.