הויפט בלאט באריכט מקח געשלאסן אויף טאפעלטער שטח רחבת ידים פאר'ן נייעם בנין פון ביהמ"ד "דברי יואל" דסאטמאר אין בארא פארק

מקח געשלאסן אויף טאפעלטער שטח רחבת ידים פאר'ן נייעם בנין פון ביהמ"ד "דברי יואל" דסאטמאר אין בארא פארק

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


א כוואליע פון פרייד נעמט ארום די פילע הונדערטער סאטמארע חסידים אין שטאט בארא פארק, ווערנדיג נתבשר איבער די מקח להקים בית גדול וקודש, אפקויפענדיג א גיגאנטשיער טאפעלטער שטח אויף די 47 'סטע גאס אין צענטער פון שטאט בארא פארק, פארן נייעם בנין פון ביהמ"ד דברי יואל ד'סאטמאר בראשות הרה"ג רבי ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

דאס קומט נאכדעם וואס דער ביהמ"ד איז ביז היינט געוועהן סטאנציאנירט אין א געדינגענעם לאקאל אויף די 49'סטע גאס, בעת די הנהלת הקהילה האט זיך ארויסגעלאזט איבער די שטאט אפירזוכן א פאסיגע משכן קבע פארן ביהמ"ד, און מ'האט שוין זייער ארויסגעקוקט צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה. אצינד איז ב"ה געלונגען צו טרעפן דעם יעצטיגן שטח וואס באשטייט פון א דאפלטער-בנין אויף די 47'סטע גאס ביים ווינקל פון די 13'טע עוועניו, אין סאמע הארץ פון היימישן בארא פארק, דער מקח איז צושטאנד געקומען בעצתו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

דער בנין גדול ומפואר וועט אי"ה ארויפגעצויגן ווערן מיט גרויסער היכל ביהמ"ד, חדרי תורה ותפלה, מהודר'דיגע מקוה, בית הוראה, און א פראכטפולע שמחה זאל. די עסקני הקהילה ומתפללי הביהמ"ד זענען איינגעשפאנט מיט פאראייניגטע כוחות אהערצושטעלן דעם נייעם בנין וואס שנעלער צו קענען נאכקומען די כסדר'דיגער בליה און וואוקס פון די דורשי ומבקשי ה', חסידים ובני עלי' מתפללי ולומדי ביהמ"ד.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00