הויפט בלאט באריכט הנה מלכך בא: האד' מבאבוב וועט אונטערנעמען היסטארישע מסע קודש קיין אנטווערפן; צום ערשטע מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר האדמורו"ת

הנה מלכך בא: האד' מבאבוב וועט אונטערנעמען היסטארישע מסע קודש קיין אנטווערפן; צום ערשטע מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר האדמורו"ת

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


צהלו ורוני יושבת אנטווערפן, כי גדול בקרבך קדוש ישראל!

מיט אומבאשרייבליכע שמחת הלבבות און פייערליכע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי חסידי באבוב אין אייראפע בכלל און ביי תושבי אנטווערפן בפרט איבער א היסטארישער ביקור הוד ומרומם וואס רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט אנטווערפן, דעם קומענדיגן חודש אדר.

דער באזוך וועט פארקומען דעם קומענדיגן פרשת פקודי, סוף חודש אדר, ווען דער רב וועט חונן זיין את פני העיר אנטווערפן אויף משך עטליכע טעג דורכאויס די וואך.

דער מסע הקודש טראגט א היסטארישע באדייט בקורות חצר הקודש באבוב, זייענדיג די ערשטמאליגע נסיעה פונעם באבוב'ער רב שליט"א קיין אנטווערפן נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת בשנת תשס"ה, און קומט אין א צייט וואס די ארטיגע באבוב'ע קהלה און מוסדות האט זיך פרעכטיג צעוואקסן אלס א קהלה נאה וחסידה און שוין א לענגערע צייט וואס דער ארטיגער ציבור חסידי באבוב קוקן ארויס לראות פני מלכם און זיך מתחמם זיין לאורו הבהיר בזמן כשהצדיק בעיר.

דער באזוך ווערט גלייכצייטיג אפגעראכטן לרגל די חגיגת הכנסת ספר תורה לע"נ דעם אומפארגעסליכן רב הקהלה הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק באבוב אנטווערפען, וואס וועט געפייערט ווערן בשילוב מיט די גראנדיעזע סיום מס' חולין וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון חבורת 'קנין תורה' דבאבוב, במעמד אלפי חסידי באבוב פון איבער גאנץ אייראפע און די הונדערטער חסידים וואס קומען צו פארן פון ארץ ישראל און פון אמעריקע, מיטצולעבן די לעכטיגע ימי ביקורי ענוים.

צווישן די הויכפונקטן פונעם באזוך וועט אפגעהאלטן ווערן א גייסטרייכער מעמד דינער רבתי לטובת "כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס", וואס וועט באשיינט ווערן אין שפיץ פון די נשיאי הכולל, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, במעמד אלפי החסידים ותושבי העיר וואס וועלן ברוח נדיבה זיך משתתף זיין להחזקת הכולל וואס איז געווען אזוי הייליג און טייער ביי צדיקי בית באבוב און פשעווארסק לדורותם.

די פילע דעטאלן פונעם מסע המרומם ווערן יעצט אויסגעארבעט דורך די עסקנים פונעם וועד הנסיעה, און א גרופע עסקנים פון אמעריקע זענען די יעצטיגע טעג ארויסגעפארן קיין אנטווערפן וואו מ'זיצט אויף העפטיגע באראטונגען מיט די ארטיגע עסקנים מסדר צו זיין אלע פרטים פונעם היסטארישן באזוך.

הנה מלכך בא, בזמן שהצדיק בעיר היא הודה זיוה והדרה

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00