בילדער קרעדיט: שלומי ב.
חסידי סאטמאר איבער די וועלט זענען איינגעהילט אין א טיפע התרגשות מיטן אנקום פון די פריידיגע בשורה איבער די שמחת קישור החיתון פון די עלסטער איר אייניקל – דור רביעי בליעה"ר ביים רעיה מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א אייניקל ביי בנו בכורו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הכלה תחי' טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהל יטב לב ד'סאטמאר וויליאמסבורג, בן הגה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. מיט החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, א זוהן פון הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל, אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א, און א איידעם ביי הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א, איר אייניקל פון הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א. די שמחת הווארט איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגעט אויף היוז סט. אין וויליאמסבורג, בראשות פון די געהויבענע זיידעס ומחותנים שליט"א.
באנאכט נאך מעריב במקום הנופש אין פאלם ספרינג האט דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים מריחוק מקום, דערגרייכנדיג דעם ודור רביעי ישובו הנה מיטהאלטנדיג וואו דער גאלדענע קייט ציעט זיך ב"ה ווייטער לשם ולתפארת.
די גרויסארטיגע שמחת התנאים איז באשטימט געווארן אויף דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת יתרו בהיכל ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג בראשות דער געהויבענער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ובהשתתפות אלפי חסידי סאטמאר.