הויפט בלאט באריכט האד' מוויזניץ מאנטריאל צוגאסט אויף דעם שב"ק הבעל"ט במחיצת אחיו האד' מוויזניץ לאנדאן לרגל שמחת צאצאיהם

האד' מוויזניץ מאנטריאל צוגאסט אויף דעם שב"ק הבעל"ט במחיצת אחיו האד' מוויזניץ לאנדאן לרגל שמחת צאצאיהם

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' בשלח • ז' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א וועט אויף דעם שב"ק פ' בשלח – שבת שירה, זיין צוגאסט בעיר הבירה לאנדאן לכבוד די שבת של שמחה, די באווארפן פון נכדו החתן, א זוהן פון בנו הגדול הגה"צ ר' לייבוש האגער שליט"א ראש הכולל וויזניץ לאנדאן, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, מיט נכדתו הכלה בת בנו הרה"צ ר' מענדיל האגער שליט"א.

לכבוד די שמחה כפולה ביי וועלכן דער וויזניצער רבי פון מאנטריאל איז א דאפלטע זיידע, האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איינגעלאדנט דעם רבי'ן אויף שבת קיין לאנדאן, און היינט האט דער מאנטריאלער רבי צוריקגערופן און באשטעטיגט אז ער וועט טאקע קומען צו פארן לכבוד די שבת של שמחה.

די ברודער האדמור"ים שליט"א וועלן אפרעכטן דעם סידורו של שבת שבת בשבת אחים גם יחד, אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אין די סטעמפארד הילל געגענט. נאך שבת וועלן ביידע ברודער האדמור"ים שליט"א זיך ארויסלאזן קיין ניו יארק צום חתונה וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן דינסטאג פ' יתרו אין ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי, במקהלות עם רב חסידי וויזניץ פון אלע מקומות ובראשם האחים האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00