זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
כלל חסידי באיאן אין אמעריקע זענען איינגעהילט אין א שאקירנדע פרייד ביים ערהאלטן די פערזענליכע הזמנת מלכים פון מלכם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער האט אין ערשטמאליגע און היסטארישע שריט געלאדנט אלע חסידים און אויסגעדרוקט רצון קדשו אז עדת צאן מרעיתו פון אמעריקע זאלן קומען קיין ארץ ישראל און ער וועט פראוועט א שבת אויף א פריוואטן פארנעם אויסשליסליך מיט זיי.
אינעם מכתב קודש וואס דער רבי האט אפגעשריבן צום ציבור אין אמעריקע, ברענגט דער רבי אויף אהבת קדומים, די לעכטיגע זמנים ווען באיאנע חסידים אין אמעריקע האבן זוכה געווען לחסות בצל קדשו פונעם הייליגן זיידן זי"ע וועלכער האט געהאט משכן קדשו אין די איסט סייד, און אין יענע יארן האבן אנ"ש תושבי ניו יארק געהאט די זכי' צו זיין קשור אין אים בעבותות אהבה, און אט דער קשר האט אויך ממשיך געווען אלע יארן שפעטער, ווען טראצדעם וואס ער פלעגט קומען צו פארן קיין אמעריקע יעדע שטיק צייט זיך צו זען מיט די חסידים און פראווען מיט זיי א שבת אינאיינעם, איז לא כל העתים שוות, און צוליב טלטולי הדרך האט ער נישט די מעגליכקייט צו קומען צו זיי, דעריבער בעט ער זיי זיי זאלן קומען צו פארן קיין ארה"ק און וויילן בצוותא חדא אויף א שבת נועם הנשמות.
דאס קומט נאך גאנצע אכט יאר זינט דער רבי האט דאס לעצטע מאל באזוכט די באיאנע קהילות אין אמעריקע, און אצינד וועט מען ווידער זוכה זיין להתחמם לאורו הבהיר אויפ'ן שבת מיוחד מיט'ן נאמען "והביאנו" וואס דער רבי וועט אפרעכטן מיט זיי דעם קומענדיגן שבת פר' יתרו, קבלת התורה.
דער שבת וועט פארקומען אינעם פראכטפולן "גאלדן קראון" האטעל אין די הרי הגליל, בשכינות פונעם נייעם חרדישן יישוב הר יונה, וואו סוועט זיין צוגעשטעלט אש"ל מלא ביד רחבה במשך די טעג פון די נסיעה.
לויט'ן יעצטיגן פלאן וועלן די אריבער 500 באיאנע חסידים פון אמעריקע אנקומען קיין ארץ ישראל מיטוואך פארנאכטס ליל חמשה עשר בשבט און וועלן זיך משתתף זיין ביים טיש לכבוד היום אינעם קלויז הגדול בירושלים און דערנאך וועט מען נעכטיגן בירושלים עיה"ק.
דאנערשטאג וועט פארקומען א מעמד תפלה ביים כותל המערבי און ביי נאך מקומות הקדושים. שפעטער ליל שישי וועט פארקומען א גראנדיעזע דינער לטובת מרכז מוסדות באיאן בראשות פונעם רבי'ן שליט"א.
פרייטאג וועט מען זיך ארויסלאזן צום האטעל, לעשות את השבת אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, לכה דודי נצא השדה, ווען דער רבי וועט זיך מתוועד זיין בלויז מיט די געסט פון אמעריקע, וואס וועלן געניסן פון די קירבה יתירה צו זיין סמוך על שלחן המלך במשך דעם גאנצן שבת.
מוצש"ק וועט פארקומען די צענטראלע כינוס רבתי וואו דער רבי וועט משמיע זיין אמרי קודש והדרכות ישרות. זונטאג משפטים וועט מען זיך אהיימקערן צוריק קיין אמעריקע אנגעפילט מיט הויפענס השפעות און חיזוק לאורך ימים.