זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט מארגן מאנטאג אפפליען קיין פאריז פראנקרייך אויף די יערליכע באזוך מחזק צו זיין די ארטיגע אידנטום, און גלייכצייטיג אויפטרייבן געלטער לטובת די מוסדות הק' אין ארץ ישראל, דעם דינסטאג ביום המסוגל ג' בשלח וועט ווי יאר יערליך אפגעהאלטן ווערן די גרויסארטיגע מעמד אמירת פרשת המן אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, די מעמד קומט פאר אין א גרויסער זאל אין צענטער פון שטאט ברוב עם הדרת מלך מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער תושבי העיר. דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אין פאריז אויף בלויז צוויי טאג און דורכאויס די באזוך באשיינען א צאל מסיבות און באנקעטן לטובת די מוסדות.
אויך דעם רבינס יונגערע ברודער כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א פון אשדוד האט זיך פאריגע וואך ארויסגעלאזט קיין פאריז פראנקרייך לטובת מוסדותיו הקדושים, וואו דער רבי האט אין לויף פון די וואך באזוכט אין די מוסדות התורה והחינוך אין שטאט און אויפגענומען פילע אידן מתושבי המקום לעצה ולברכה.