הויפט בלאט באריכט וואונדערליכע מופת ווען מזוזה שטעלט זיך ארויס צו זיין פסול נאך קלארע אנדייטונג פון האד' מדושינסקיא

וואונדערליכע מופת ווען מזוזה שטעלט זיך ארויס צו זיין פסול נאך קלארע אנדייטונג פון האד' מדושינסקיא

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם פארלאפענעם וואך, ווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט נישט געוואלט קובע זיין א מזוזה, און למעשה האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די מזוזה איז געווען פסול.

דער דושינסיקא רבי שליט"א איז דעם פארלאפענעם מוצאי שבת אנגעקומען קיין בית שמש, זיך צו באטייליגן ביים מעמד 'סיום מסכת ביצה' וואס איז געלערנט געווארן דורכאויס די פארלאפענע יאר, דורך די מתפללי הביהמ"ד 'מהרי"ם דושינסיקא' אין שכונת גבעת ירושלים אין בית שמש, אין ראם פון די מסגרת הלימוד 'שטיבל מסכתא' וואס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט איינגעפירט אין אלע קהילות הקודש דחסידי דושינסקיא אז מ'זאל צוזאמען לערנען א מסכת קבוע.

איידער די מעמד האבן די עסקני הביהמ"ד מכבד געווען דעם רבי'ן צו קובע זיין א מזוזה ביים אריינגאנג צום נייעם 'קאווע שטוב' וואס ווערט גערופן 'רבי שמואל'ס קאווע שטובל' ע"ש הרה"ח ר' שמואל שישא ע"ה מחשובי חסידי דושינסקיא.

דער רבי האט זיך באלד נאכגעפרעגט ווער ס'האט געשריבן די מזוזה און פון ווי מ'האט דאס איינגעהאנדעלט, אין ליכט פון די לעצטיגע מזוזות שערורי'. די עקסנים האבן קלארגעשטעלט אז די מזוזה האט מען אראפגענומען פון דעם אלטן קאווע שטיבל און אצינד וויל מען עס ארויפשטעלן ביים נייעם קאווע שטיבל. דער רבי האט אבער געזאגט אז ער וויל נישט קובע זיין די מזוזה ביז מ'וועט עס געבן פאר א סופר מומחה וועלכע זאל עס איבערקוקן.

דער רבי האט טאקע נישט געלייגט די מזוזה, נאר איז פון דארט אראפ צו א דערנעבענדיגע זאל און האט זיך באטייליגט ביים סיום מסכת ווי דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש בגודל חשיבות המסגרת.

נאכן מעמד האבן די עסקנים צוגעברענגט די מזוזה פאר'ן רבי'ן שליט"א און געזאגט אז מ'האט טאקע געגעבן די מזוזה איבערצוקוקן און מ'האט געטראפן צוויי פסולים וואס א סופר מומחה האט באלד פארראכטן אויפן פלאץ. דערביי האט דער רבי קובע געווען די מזוזה, צום וואונדער פון די חסידים, וועלכע זענען ארויס פון התפעלות פון די וואונדעליכע מעשה.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00