מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט התרגשותדיגע געפילן זענען חסידי בעלזא נתבשר געווארן די בשורה טובה ומרנינה, אז אין די יעצטיגע טעג איז באשטימט געווארן דער זמן פונעם היסטארישער מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך די עדה חסידים כל קהלא קדישא בכל מקומות שהם לזכותו פון די רעיא מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן וואך פ' בשלח אין די יומי דפגרא ח' – ט' שבט.
דער מעמד הכנסת ספר תורה, איז א געהויבענע געשעעניש אויף וואס בעלזא חסידים קוקן לאנג ארויס און די רגשי הלב זענען איבערגעפולט געווארן מיט שמחה און התרוממות אז הנה זה בא און די קומעדיגע וואך וועט מען שוין האבן די געלעגענהייט זיך משמח צו זיין בשמחת התורה, ביים גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה וואס וועט אפגעראכטן ווערן במקהלות רבבות ישראל, אלופי אלפי החסידים פון איבער דער גארער וועלט, וואס גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם היסטארישער מעמד.
ווי שוין באריכטעט האבן חסידי בעלזא מיט גענוי א יאהר צוריק זיך צוזאמגענומען לדבר מצוה, צו שרייבן א בשותפות'דיגע ספר תורה לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס איז פראקלאמירט געווארן אויפן אינציאטיוו פון עטליכע טעטיגע אינגעלייט בעידודו וברכתו פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א בנו יחידו וחביבו פונעם רב שליט"א אינאיינעם מיט די חשובי ורבני העדה.
אצינד ווען מען האלט שוין בגומרה של תורה, א דאנק די געמיינזאמע נדבת הלב פון חסידי בעלזא יונג און אלט וואס האבן גענימען א חלק אינעם פראיעקט, גרייט מען זיך מיט ערווארטונג צו פייערן דעם היסטארישן מעמד לכבוד התורה, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, דעם קומעדיגן דאנערשטאג בשלח ח' שבט, און וועט זיך אריינציען אין טאג פון ט' שבט יום ההודאה בחצר הקודש בעלזא , ווען עס ווערט געפייערט די 81'סטע יום ההצלה מגיא צלמוות פון האחים הקדושים הרה"ק מבעלזא זי"ע און הרה"ק מבולגרייא זי"ע.
אצינד אז ס'איז שוין באשטימט דער זמן פונעם גרויסן מעמד, האבן די עסקנים זיך אריינגעווארפן מיט א פרישן פלייס און ברען אויסצוארבעטן אין די קארגע טעג פארבליבן אלע פרטים פון דעם היסטארישן מעמד וואס ווערן איצט באשטימט און וועט אי"ה געמאלדן ווערן אין די טעג נענטער צום גרויסן מעמד.
וכתב לו את משנה התורה הזאת על ספר למען יאריך ימים על ממלכתו.