הויפט בלאט באריכט תורה חגרי שק: הגאון הגדול חו"פ רבי משה צבי זאבערמאן זצ"ל בעל 'וידבר משה'

תורה חגרי שק: הגאון הגדול חו"פ רבי משה צבי זאבערמאן זצ"ל בעל 'וידבר משה'

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


א טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויפ'ן עולם התורה און ספעציעל אויף דער שטאט בארא פארק, מיטן אנקום פון די טרויעריגע בשורה איבער די פטירה פונעם בארימטער מגיד שיעור ומרביץ תורה לאלפים, הגה"צ המפורסם חו"פ רבי משה צבי זאבערמאן זצ"ל, וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון 72 יאר, נאכ'ן זיך פלאגן די לעצטערע תקופה מיט די שווערע מחלה ל"ע.

רבי משה זצ"ל איז געוועהן א זוהן פון הגה"צ רבי אלקנה זאבערמאן זצ"ל אבד"ק יארדאנאוו און אן איידעם ביי הגה"צ רבי אברהם ברוך ראזענבערגער זצ"ל אבד"ק גמזו. ער איז געווען ידוע ומפורסם מיט זיין געוואלדיגע התמדה וגאונות בתורה, זיין עבודת ה' און זיין צדקות. ווי ער האט געהארעוועט אין תורה פון יונגערהייט, און איז אויסגעוואקסן א גדול בישראל בתורה ויראה, גרייכנדיג צו יחוס עצמו אויף א געוואלדיגן פארנעם אין אלע הינזיכטן, ר' משה איז א גאון עולם, מרא דכולא תלמודא וואס האט געקענט כל התורה כולה, ושמו הטוב הלך לפניו.

צענדליגער יאהרן כולן שוין לטובה האט ער פארגעלערנט זיינע באקאנטע שיעורים אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק און אין ביהמ"ד שומרי שבת. די שיעורים האט ער אנגעהאלטן מיט א קביעות אין לשער, עדי זיבולא בתרייתא, ביז מיט קרוב צו צען יאהר צוריק ווען ער איז ליידער געווארן נישט געזונט.

היינט אינדערפרי האט דער גרויסער מגיד שיעור ומרביץ תורה זצ"ל אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה אין עלטער פון 72 יאר נאכ‘ן זיך מוטשען א לענגערע צייט מיט די שווערע מחלה ל"ע. ער לאזט איבער נאך זיך א הערליכע דור רבנים ומרביצי תורה.

די לוי' וועט ארויסגיין היינט 10:00 אינדערפרי פון ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, טאקע דאס פלאץ וואו ער האט אזויפיל צענדליגער יארן זוכה געווען מרביץ תורה צו זיין און משפיע געווען פון זיין גאונות און צדקות. בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט מען אריינברענגען די מיטה אין אלטן ביהמ"ד וואו עס וועלן געהערט ווערן הספדים. אום 11:00 וועט פארקומען די לוי' ביים ביהמ"ד שומרי שבת, און פון דארט וועט מען באגלייטן די מיטה צום באבובער חלקה אין ניו דזשערזי וואו ער וועט קומען לקבורה.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00