הויפט בלאט באריכט בעלוץ צדיקים: הכנה דרבה צו געהויבענע שמחת נישואין פון החתן בן האד' מסקולען וויליאמסבורג

בעלוץ צדיקים: הכנה דרבה צו געהויבענע שמחת נישואין פון החתן בן האד' מסקולען וויליאמסבורג

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי ומעריצי חצר הקודש סקולען זענען איינגעהילט אין רגשי הכנה דרבה צו די בעפארשטייענדע ימי שמחה במעון כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, ווען דער רבי שליט"א וועט בשעטומ"צ פירן א קינד אונטער די חופה.

דער חתן הבחור המצוין פרי עץ חיים מנחם זאב א זון ביים רבי'ן שליט"א מיט די כלה טאכטער פון הרה"צ ר' יואל ארי' שטערן בן הגה"צ רבי אברהם שמואל שטערן זצ"ל ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א פון מאנסי.

די גרויסע רבי'שע חתונה וועט געפראוועט ווערן ברוב גיל וחדוה דעם קומענדיגן מיטוואך בשלח אין די זאלן פון "עטרת טשארנא" אין שטאט מאנסי.

די שמחה הייבט זיך אן דעם היינטיגן שבת בא, ביים געהויבענעם שבת עלי' לתורה במעונו פונעם אבי החתן האד' מסקולען וויליאמסבורג, א שבת וואס וועט זיין קאמבינירט מיט א פרישע שמחה מרנינה אינעם סקולענער הויף, א שבת חנוכת הבית, צום נייעם פרעכטיגן ביהמ"ד החדש דחסידי סקולען אין שטאט וויליאמסבורג, וואס שטייט שוין כליל בהדרו אויף דער סענפארד גאס.

לכבוד דעם שבת של שמחות וועט מען בכבוד והערצה מקבל פנים זיין די געהויבענע פעטערס כ"ק האחים האדמורי"ם לבית סקולען, וואס קומען זיך משתתף זיין בשמחתו הגדולה במעונו פונעם גדול האחים, און זיך אינאיינעם אויך מיטפרייען מיט'ן שמחת חנוכת בית מדרשו החדש והמפואר.

מטעם די וועד החתונה ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די פילע געסט וואס קומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצולעבן דעם שבת. די סעודות וועלן זיין צוגעשטעלט פון "גינת אסתר" וואס געפינט זיך קעגן איבער דעם נייעם ביהמ"ד, וואו ס'וועט זיין צוגעשטעלט ברייטע סעודות שבת פאר די בני המשפחה און אלע אורחים. שבת צופרי וועט מען האבן די זכי' צו עסן די סעודת שבת בראשות האחים האדמורי"ם מסקולען, ובראשם דער געהויבענער מחותן האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א.

מיטוואך בשלח וועט פארקומען די גרויסע שמחת בית צדיקים, ווי דערמאנט, און די שמחה וועט דערנאך נאכפאלגן אין די שבעת ימי המשתה, ווען אינעם הויכפונקט וועט פארקומען זונטאג יתרו דער צענטראלער שבע ברכות משולב מיט א מלכות'דיגע חגיגת חנוכת הבית צום נייעם ביהמ"ד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00