הויפט בלאט באריכט התרגשות ביי חסידי וויזניץ אין אמעריקא צו בעפארשטייענדע באזוך פון האד' מוויזניץ צום חתונה הגדולה בחצרות וויזניץ

התרגשות ביי חסידי וויזניץ אין אמעריקא צו בעפארשטייענדע באזוך פון האד' מוויזניץ צום חתונה הגדולה בחצרות וויזניץ

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי וויזניץ אין אמעריקא זענען איינגעהילט אין גרויס התרגשות און ערווארטונג ווען עס איז היינט באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער איבער א ביקור הוד וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א גרייט זיך אפצורעכטן אין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון א איר אייניקל, א נסיעה וואס ערוועקט רגשי געגועים וכיסופין ביי וויזניצער חסידים אין אמעריקא וועלכע קוקן ארויס לקבל פני מלכם ומאורם אין די צייט וואס מען איז מרבה בתפילה למען רפואתו השלימה ובריאותו האיתנה.

מיטוואך כ"א שבט וועט געפראוועט ווערן די גרויסארטיגע רעבישע חתונה בחצרות הקודש וויזניץ, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה די חתן זון פון הגה"צ רבי יודא הורוויץ אב"ד טורנא פלעטבוש איידעם פון כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, א טאכטער פון בנו יחידו הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

טעטיגע עסקנים פון ביידע הויפן זענען שוין אקטיוו אויסצוארבעטן די פרטי השמחה מיט א ברידערליכע קאאפעראציע, וואו מען טוט באטראכטן פארשידענע פארשלאגן אויסצווועלן א פאסיגע ארט פאר די מקום החתונה מיט די מעגליכקייט צו קענען אקאמאדירן די מאסיווער השתתפות פון טויזענטער חסידי וויזניץ אינאיינעם מיט די פילע געסט וועלכע וועלן קומען צו פארן מקרוב ומרחוק מיטצוהאלטן די ימי השמחה בבית צדיקים.

שב"ק פ' משפטים וועט נאכפאלגן די שבת שבע ברכות בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג, ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט פראווען דעם שבת במלא הדרו אין בית מדרש הגדול וויז'ניץ אין וויליאמסבורג אויף א ברודערליכן פארנעם בשבת בני אחים גם יחד אינאיינעם מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א און זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א.

נאך שבת וועט די רבי ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס ווי די רבי שליט"א וועט פארוויילן עטליכע וואכן לצורכי רפואה. לויט די פלענער וועט פארקומען א מעמד צאתכם לשלום לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א ביים טיש חמשה עשר בשבט בשילוב מיט די צענטראלע שבע ברכות לרגל די חתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א קינד ביי בנו הצעיר הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד, און עטליכע טעג דערויף מאנטאג משפטים, י"ט שבט וועט די רבי פארלאזן ארצינו הקדושה אויפן וועג קיין ניו יארק.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00