הויפט בלאט באריכט האד' ממודזיץ דערציילט איבער וואונדערליכע פארשריט אפצוראטעווען מנוחת קדשו פון רבי יחזקאל'ע קוזמירער זי"ע

האד' ממודזיץ דערציילט איבער וואונדערליכע פארשריט אפצוראטעווען מנוחת קדשו פון רבי יחזקאל'ע קוזמירער זי"ע

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בא • כ"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם פארגאנגענעם שבת פר' וארא ביים קידושא רבא נאכ'ן דאווענען האט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א איבערראשט די חסידים מיט'ן זיין א מבשר טוב לעמו, איבערגעבנדיג מיט אלע פרטים די וואונדערליכע פארשריט אינעם פראנט אפצוראטעווען און אויסלייזן מידי זרים מנוחת קדשו פונעם זיידן דער ראש שושילתא דדהבא הרה"ק רבי יחזקא'לע מקוזמיר זי"ע אין שטאט קוזמיר פוילן.

דאס קומט בלויז אייניגע טעג איידער דער רבי לאזט זיך ארויס אויף א מסע קודש קיין פוילן, לקראת נישואי נכדו, א נסיעה וואס האט געזאלט פארקומען דורך א גרופע חסידים אין שפיץ פונעם רבי'נס זוהן, און עטליכע וואכן צוריק האט דער רבי איבערראשט מיט'ן מודיע זיין אז ער זעלבסט שליסט זיך אן אין די נסיעה, און דאס האט פארוואנדלט די נסיעה אויף א גרויסן פארנעם מיט'ן אנשלוס פון מאסן חסידים פון ארץ ישראל און פון אמעריקע וואס וועלן האבן די זכי' צו מיטבאגלייטן דעם רבי'ן אויף די נסיעה.

אצינד האט דער רבי באגייסטערט דעם ציבור מיט'ן איבערגעבן די השתלשלות הדברים איבער די לענגערע באמיאונגען וואס גייען אן די לעצטערע יארן, אפצוראטעווען דעם ציון הק' פון רבי יחזקא'לע קוזמירער, וואס לעת עתה געפינט זיך דאס ליידער אינמיטן א פארק, אין א בחינה פון 'שועלים הלכו בה'.

דער רבי האט דערציילט אז בשנת תשע"ה האט מען אנטדעקט דעם פונקטליכן מקום הציון, דורכ'ן אויפדעקן די יסודות האהל אין א גרויסן שטח אין קוזמיר, וואס איז קלאר באשטעטיגט געווארן דורך קראנטע עדות אז דארט האט זיך געפינען איידער די קריג די בית החיים, און ליידער נאכ'ן קריג נהפכה לזרים, ווען די ארטיגע רעגירונג און פויערן האבן פארוואנדלט דעם פלאץ אלס פארוויילונג פארק.

העפטיגע אינטערווענץ איז געטאן געווארן די לעצטע יארן באגלייט מיט קאמפליצירטע שתדלנות ביי די פוילישע רעגירונג און די לאקאלע אינסטאנצן אפצוקויפן דעם שטח פונעם ציון און דערויף קענען אויפבויען אן אהל, ווי עס פאסט לכבודו של צדיק, אבער צום גרויס ווייטאג האט מען גארנישט געקענט אויפטון נאכדעם וואס דער ארטיגער מעיאר האט זיך פארלייגט אויף די לענג און די ברייט צו שטערן אלע פעולות.

דער רבי האט ממשיך געווען אז לעצטנס האט פאר'ן ציבור אנ"ש געכאפט א התעוררות צו אפרעכטן א נסיעה קיין קוזמיר, מ'האט נישט געוואוסט פארוואס מ'איז פלוצלונג אזוי נתעורר געווארן, אבער יעצט איז שוין אלעס פארשטענדליך, ווען באופן פלא, אן קיין שום ספעציעלע פריערדיגע שתדלנות אין דעם פראנט, האט זיך פאריגע וואך געוואנדן צו אים דער פוילישער אמבאסאדער צו מדינת ישראל, וועלכער איז געקומען באגלייט דורכ'ן לעגענדארן עסקן הרב יצחק שפירא, און דער אמבאסאדער האט געברענגט א שליחות פון די פוילישע רעגירונג, די זעלבע וואס האבן פרובירט צו שטערן די לעצטע פאר יאר, יעצט זאגן זיי אז זיי זענען דא צום טיש, און אדרבה, זיי וועלן טון אלעס וואס זיי קענען אז מ'זאל קענען פרעזערווירן דעם הייליגן פלאץ און מ'זאל אויפבויען דעם אהל הק' על קברו של צדיק.

נאך די דברות קודש און בשורה מרנינה האט דער ציבור פייערליך אויסגעבראכן אינעם ניגון עתיק וואס איז מקובל פון רבי יחזקא'לע מקוזמיר, לויבנדיג השי"ת אויף די אפענע חסדים.

אצינד גרייט מען זיך אויף די מסע הקודש וואס לאזט זיך ארויס דעם דינסטאג בא, דורכאויס די נסיעה וועט דער רבי שליט"א בראש קהל חסידיו פוקד זיין ביים דברי ישראל ממודזיץ אין ווארשא, ביים ראש השושלת רבי יחזקא'לע קוזמירער אין קוזמיר, ביים הייליגן רבי ר' אלימלך אין ליזענסק, און דערנאך וועט מען אפרייזן קיין אלכסנדר, פוקד צו זיין ער"ח שבט בעצם יומא דהילולא פונעם הייליגן ישמח ישראל, א פעטער פונעם רבי'ן שליט"א, און שפעטער אויפדערנאכט וועט דער רבי מעריך זיין אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים א סעודת הילולא און סעודת ראש חודש.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00