הויפט בלאט באריכט הערליכע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר אפגעראכטן דורך שר הנגידים לבית סאטמאר הנדיב ר' יואל לאנדא הי"ו

הערליכע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר אפגעראכטן דורך שר הנגידים לבית סאטמאר הנדיב ר' יואל לאנדא הי"ו

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' וארא • כ"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


ווי באריכטעט איז פאריגן ליל שישי אפגעראכטן א הערליכע מסיבת שבע ברכות דורכן שר הנגידים והנדיבים לבית סאטמאר הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א, לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בשמחת נישואי נכדתו, הכלה בת בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

צום שמחת השבע ברכות זענען געלאדענט געווארן אלע ראשי הקהלה והמוסדות פון סאטמאר, ועל צבאם דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט בעת די דברות קודש איבערראשט די פארזאמעלטע מיט די בשורה משמחת, אז דער נדבן הדגול ר' יואל שליט"א איז אקעגן געקומען די הנהלת הקהלה והמוסדות אין וויליאמסבורג, און געבט איבער דעם אנסטרנאמישע נדבה העצומה פון גאנצע "5 מיליאן דאללער" אויפצובויען 2 ביליגע חתונה זאלן, א שטייגער ווי די ביז יעצטיגע "פרדס זאלן", וואס וועט בעז"ה ווערן אהערגעשטעלט אויף א מלכות'דיגער פארנעם פאר גאר ביליגע פרייזן, מיטן ציל מצמצם צו זיין די הוצאות פון די חברי הקהילה בעת שמחת צאצאיהם למזל טוב.

די זאלן וועלן ווערן אויפגעבויט אויפן פלאץ פון די ביז יעצטיגע "עטרת אברהם" זאל, און עס וועט ווערן הערליך רעוואנירט אלס צוויי פרישע חתונה זאלן. אט די נדבה העצומה איז אין צוגאב פון די פראכטפולע "עדן לאנדא זאלן" וואס דער נדיב הדגול האט מנדב געווען פאר א שטיק צייט צוריק אינעם "בנין בית רחל – בנין קויפמאן", ווי סאטמארע חסידים פראווען שמחות מיט די ריכטיגע הרחבת הדעת.

נאך די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, האט אויפגעטרעטן דער דינאמישער מנהל המוסדות אין קרית יואל ה"ה הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער שליט"א, און ווידערמאל איבערראשט די פארזאמלטע, אז דער בעל אכסניא הטפסר המרומם רבי יואל שליט"א שענקט דעם אומגלויבליכן סכום אדיר פון גאַנצע 5 מיליאן דאָלער פאר "מוסדות סאַטמאַר קרית יואל" אויפצובויען א גינגאנטישער בנין התלמוד תורה "בנין לאנדא" פאר די מוסדות אויפן נייעם שטח המוסדות אין שכונת בלמינגראוו – קרית יואל.

א פרישע איבערראשונג איז געווען, ווען הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד שליט"א חבר הנהלת המוסדות האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער, און געמאלדן די דראמאטישע הוספה העצומה, אז דער בעל אכסניא הנגיד רבי יואל שליט"א איז מנדב א "פרישע מיליאן דאללער" הוספה פאר מוסדות יטב לב בירושלים עיה"ק, דאס איז אין צוגאב פון די "צוויי מיליאן דאללער" וואס דער נדיב הדגול האט געגעבן פאר א שטיק צייט צוריק צו קענען גומר זיין דעם בנין האדיר אפקויפענדיג דעם זכות פונעם ערשטן שטאק "קומת לאנדא".

ביים שבע ברכות האט זיך אויך משתתף געוועהן דער גרויסער גאסט פון ארץ ישראל הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא מוסדות ברלסלב בארה"ק, וועם דער רבי שליט"א האט אויפגענימען ביותרת הכבוד און מכבד געוועהן צו טאנצן מיטן חתן.

על אחת כמה וכמה נדבה כפולה ומכופלת עלינו!

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00