הויפט בלאט באריכט שטוינענדע נדבות פון שר הנגידים לבית סאטמאר ר' יואל לאנדא הי"ו אנאנסירט ביי שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר

שטוינענדע נדבות פון שר הנגידים לבית סאטמאר ר' יואל לאנדא הי"ו אנאנסירט ביי שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


ויתן ויחזור ויתן: סאטמארע חסידים האבן מיט קורת רוח אויפגענימען די נייעס איבער די שטוינענדע נדבות פון הנגיד הנכבד שר הנגידים לבית סאטמאר ר' יואל לאנדא שליט"א וועלכע האט פאריגן ליל שישי אפגעראכטן א רייכע שבע ברכות לכבוד די שמחה בבית הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בנישואי ביתו הכלה תחי' למזל טוב.

בשעת די שבע ברכות האט דער דינאמישער מנכ״ל פון מוסדות סאטמאר קרית יואל, הרה״ח ר׳ משה אלי׳ עסטרייכער הי"ו געמאלדן די דראמאטישע נייעס בנוכחותו פונעם רבי'ן שליט"א אז דער חשובער נדבן די בעל אכסניא שענקט דעם אומבלויבליכן סכום אדיר פון 5 מיליאן דאללער אויפצוביען א גיגאנטישן בנין התלמוד תורה פאר מוסדות סאטמאר אין קרית יואל, ויקרא שמו בתפארה 'בנין לאנדא', לשמו לזכותו פון זיין חשובן פאטער הרבני הרה"ג ר' יוסף דוב לאנדא שליט"א רב ביהמ"ד משכנות אברהם ד׳זלאטשוב אין קרית יואל, און פון די ערשטע תושבים אינעם עיר הצדק קרית יואל. ר' משה אלי' האט ארויסגעהויבן די זעלטענע נדיבות הלב פונעם נדיב ר' יואל שיחי' אויפצובויען א פראכטפולע אכסניא של תורה צו קענען ערציען אלפי תינוקות של בית רבן על דרך המסורה.

ובאותו מעמד הוסיף ר' יואל על נדבתו ווען ביי די דברות קודש האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געמאלדן אז דער חשובער נדיב איז אנטקעגן געקומען די קהילה ומוסדות אין וויליאמסבורג מיט א היסטארישע נדבה אויפצובויען צוויי ביליגע חתונה זאלן וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן פראכטפול און מלכות'דיג מיט שטוינענד ביליגע פרייזן מיטן ציל צו מצמצם זיין די הוצאות החתונה, כדי די חברי הקהילה זאלן קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת.

די נייע שמחה זאלן וועט געבויט ווערן אין די אמאליגע זאלן פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג איז און צוגאב צו די פראכטפולע 'עדן לאנדא' זאל וואס ר' יואל האט מנדב געווען מיט עטליכע יאהר צוריק אינעם בנין הבית רחל בנין קופמאן און שטייט שוין אין באנוץ לטובת די טויזנטער חסידי סאטמאר תושבי שכונת גערי-טרופ און דעם אומגעגענט, לשמחות צאצאיהם למזל טוב מתוך הרחבת הדעת.

ואלה מוסיף על הראשונים האט הרבני החסיד רבי אהרן הערש פריינד שליט״א חבר הנהלת מוסדות יטב לב אין עיה״ק אויסגערופן ביים שבע ברכות אז דער נדיב ר' יואל שענקט א פרישע מיליאן דאלער הוספה פאר מוסדות יטב לב בירושלים עיה״ק, און צוגאב צו די צוויי מיליאן דאללער וואס ער האט נישט לאנג צוריק מנדב געווען צו קענען גומר זיין דעם בנין האדיר אין ירושלים עיה״ק אפקויפנדיג דעם זכות פונעם ערשטן שטאק וואס וועט גערופן ווערן מיטן פאסיגן נאמען ״קומת לאנדא״.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00