מוצאי שבת פ' ויחי • י"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי בלום
דעם זונטאג פארנאכטס איז פארגעקומען א רייך-עלעגאנטע מסיבה אין וויליאסמבורג אין שטוב פון הרבני הנגיד הרב יואל שווארץ הי"ו, מיטן ציהל צו שאפן די אסטראנאמישע סכום פון דריי מיליאן דאלאר צו קענען גומר זיין דעם בנין "בית רחל לבנות ד'סאטמאר – בית פיגא" אין בני ברק יע"א.
דער פראכטפולער בנין וואס כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אונטערגענומען צו בויען בעיר בני ברק בשנת תשע"ד שטייט שוין אט אט גרייט במלואו יפיו והדרו, און כדי דאס גומר צו זיין אז דאס זאל קענען זיין אין באנוץ נאך פאר דעם קומענדיגן יו"ט פסח, זענען אפירגעקומען די שותפים לדבר מצוה הנגידים ר' יואל שווארץ הי"ו ואתו עמו ר' יחזקאל בראך הי"ו און ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם עול צו שאפן די נויטיגע דריי מיליאן דאללער צו גומר זיין די מלאכת הבנוי' בקרוב בס"ד, צום חנוכת הבית וואס ווערט געפלאנט ביי די גרויסע נסיעה קיין ארץ ישראל דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בקרוב הימים.
דער סאטמארער רבי שליט"א איז בטירחא דגופא ספעציעל אריין געקומען פון קרית יואל לפאר בראש המסיבה, וואו ס׳איז גערופן געווארן אן ענגע קבוצה פון נדיבי לב קרואי מועד אנשי שם מיט גרויסע באשטייערונגען לטובת דעם גמר הבנין.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הנגיד ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו וועלכע האט באגריסט די מסובים און פארגעשטעלט די דעטאלן איבער די ברייט פארצווייגטע מולטי מיליאן דאלערדיגע בוי פראיעקט פון די לעצטע קרוב צו צען יאר, דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג וואס האט אויפגעפלאמט די הערצער.
במשך די מעמד זענען די נדבנים צוגעגאנגען איינציגווייז צום רבי'ן שליט"א ווי דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, פארן יעדן פון די נדיבים בפרטית. דער רבי האט דערנאך משמיע געוועהן דברות קודש, ארויסברענגענדיג די חשיבות פון שטיצן די בית רחל אין בני ברק וואס איז כידוע געווען מחמד ליבו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און ארומגערעדט איבער די שטארקע דחקות וואס הערשט אינעם יעצטיגן בנין הבית רחל, און שטארק מאריך געווען בשבח פון די חשובע נגידים און בפרט פון די חברי ועד קרן הבנין און מסיים געווען מיט מברכותיו הטהורות פארן גאנצן ציבור.