הויפט בלאט באריכט בני בינה: אסיפה דחופה אפגעהאלטן פאר אלפי בחורי ישיבות גדולות דחסידי בעלזא בראשות האד' מבעלזא איבער פגעי טעכנאלאגיע

בני בינה: אסיפה דחופה אפגעהאלטן פאר אלפי בחורי ישיבות גדולות דחסידי בעלזא בראשות האד' מבעלזא איבער פגעי טעכנאלאגיע

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעידט: אנשיל בעק


בחצר הקודש בעלזא איז דעם היינטיגן זאת חנוכה אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע אסיפה דחופה פאר אלע בחורי ישיבה גדולה פון די בעלזע ישיבות ברחבי ארה"ק, זיך מחזק זיין קעגן די פגעי טעכנאלאגיע און זיך מקבל זיין די תקנות און גדרים וסייגים אין געביט פון טעכנאלאגיע.

די טויזנטער בעלזע בחורים זענען בלויז היינט אינדערפרי אינפארמירט געווארן איבער די אסיפה, אן מעלדן פון פריער די מטרה, און מיט געשפאנטע נייגער האבן די בחורים ארויסגעקוקט לשמוע את דבר ה', מיט פייערדיגע גרייטקייט צו מקבל זיין ככל אשר יורוך.

אין אן זעלטענע שריט האט כ"ק בעלזער רבי שליט"א זיך פערזענליך באטייליגט ביי די אסיפה, צוגעבנדיג א שטיק הייליגקייט און האט געוויזן פאר די בחורים ווי ווייט דער נושא ליגט על לוח לבו הטהור, באשיינענדיג במשך די גאנצע אסיפה מרישא ועד גמירא.

די אסיפה איז פארגעקומען נאכ'ן זאת חנוכה טיש, ווען נאכ'ן טיש איז דער רב צוריק ערשינען אינעם 'גרויסע שטוב', ווען עס באטייליגן זיך כחומה סביב די טויזנטער תלמידי הישיבות.

דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך הרה"ג ר' שלמה בינעט דיין אין קהל מחזיקי הדת און ראש ישיבה גדולה בעלזא אין ביתר און מרבני וועדת התקשורת דחסידי בעלזא, וועלכער האט אויפגעפלאמט די הערצער איבער די אומבאגרייפליכע סכנה וכליון רוחני וואס די טעכנאלאגישע כלים שטעלן פאר מיט זיך רח"ל, פארציילנדיג ערשטהאנטיגע עפיזאדן פון בחורים וואס האבן אים פערזענליך פארציילט, במסתרים תבכה נפשם, ווי אזוי זיי זענען נעבעך צוגרונד געגאנגען דורך די כלים המשחיתים, און די איין איינציגסטע עצה איז צו שטיין פעלזן פעסט נישט צו האבן קיין שום מגע ומשא מיט די כלים.

גאר א רירנדע מאמענט איז געווען אינמיטן זיין דרשה, ווען דער בעלזער רב האט פארלאזט טרערן, ותשא כל העדה את קולם מיט א שטילן מיטגעוויין, צוזעענדיג עין בעין ווי דער רועה נאמן ביטערט אזוי על חללי בת עמי, און דאס זעלבסט האט געדינט אלס התעוררות עצומה ביי יעדן בחור לשמור ולקיים די אלע תקנות.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שמואל יעקב לאנדא דומ"ץ ביהמ"ד 'יד כהן' דחסידי בעלזא בית שמש, וועלכער האט פארגעליינט די אלע "תקנות", און מסביר געווען בשפה ברורה איינצלהייטליך יעדע תקנה, און ווי אזוי דאס איז געצילט צו באהיטן די בחורים פון יעדן מכשול, און ווייט דאס איז מחייב יעדן בחור זיך צו דעם צושטעלן בלי יוצא מן הכלל.

צום שלוס פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א בנוכחת אביו הגדול, וואס האט אין קורצן ארויסגעברענגט די תמצית היוצא פון די אסיפה, און בקול מעורר גערופן צו אלע בחורים מקבל צו זיין די אלע תקנות, און דערביי איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון מר אביו פאר אלע בחורים.

א הייליגע סצענע האט זיך באוויזן ווען ספאנטאן האבן די בחורים מקבל געווען די אלע תקנות בחפץ לב, אונטערשרייבנדיג אויף די קבלות בויגנס, און דערויף איינציגווייז אריבער ביי הרה"צ רבי אהרן מרדכי איבערגעבנדיג לידו די אלע קבלות וואס די לגיון של מלך אלפי בחורי בעלזא האבן גענומען אויף זיך צו איינהאלטן בכל תוקף ועוז, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00