זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א מעורר געווען די בחורים תלמידי המתיבתא, אז מען זאל נישט לאזן וואקסן די פיאות, לענגער ווי די אנגענימענע שיעור.
נעכטן ביים וועכענטליכן מלוה מלכה, האט דער רבי דערציילט סיפורי קודש פון הרה"ק משינאווא זי"ע, וועמענס יארצייט געפאלט אויס היינט נאכט, און נאכגעזאגט א מימרא פונעם שינאווא רב, אז ס'זענען שורה דינים אויף האר וואס מ'לאזט וואקסן לענגער ווי די שיעור. דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א שמועס איבער דעם ענין זאגנדיג אז ער האט לעצטעס אויפגעמערקט טייל בחורים מיט לענגערע פיאות וואו מ'איז געוועהן געוואוינט ביי אונז. דער רבי האט דערביי געצייגט די גענויע שיעור פאות וואס איז געווען מקובל בבית באבוב, ביז די טשי"ן, און אז עס איז געווען א קפידא אין באבוב אז מ'זאל זיך נישט לאזן וואקסן די פיאות לענגער ווי דעם שיעור.
דער רבי האט ערווענט, אז טראצדעם וואס ס'זענען דא פארשידענע מנהגים און קפידות לגבי דעם ענין, ווי לאנג מ'זאל לאזן וואקסן די פיאות, און טייל האבן געהאלטן אז מ'זאל עס בכלל נישט שניידן, אבער עס איז וויכטיג קלאר צו שטעלן וואס ס'איז געווען די מנהג אין באבוב, אז מען זאל דייקא יא שניידן די פיאות, אויב איז עס לענגער ווי די שיעור. דער רבי האט אויך באטאנט, אז אודאי איז געווען א קפידא נישט צו גיין מיט גאר קורצע פאות, אבער די זעלבע קפידה איז געווען ביי אונזערע צדיקים – אויף פארקערט – נישט צו גיין לאנגע פאות, אין א בחינה פון "כל המוסיף גורע".