הויפט בלאט באריכט חנוכת הבית פאר נייעם בנין התלמוד תורה וויזניץ אין אלעד לכבודו פון הנגיד ר' יצחק פייג הי"ו בונה ומקים הבנין

חנוכת הבית פאר נייעם בנין התלמוד תורה וויזניץ אין אלעד לכבודו פון הנגיד ר' יצחק פייג הי"ו בונה ומקים הבנין

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


ברגשי שמחה וגיל איז דעם זונטאג נר ד' דחנוכה געפייערט געווארן א הערליכע מעמד חנוכת הבית פאר די בנין התלמוד תורה המפואר ישועות משה דחסידי וויזניץ אין שטאט אלעד וואָס איז מיט עטליכע חדשים צוריק נתחנך געוואָרן ברוב פאר והדר, און אצינד איז אפגעראכטן געווארן א באזונדערע מעמד חנוכת הבית און מסיבת הכרת הטוב לכבודו פון דער בונה ומקים הבנין הנגיד הנכבד רבי יצחק פייג הי"ו וואס איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל אינאיינעם מיט בני משפחתו הנכבדה.

די מעמד איז פארגעקומען אויפן גרויסן באדן ביים חצר פונעם תלמוד תורה אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיט די השתתפות פון הונדערטער חסידי וויזניץ, וואו עס איז אויפן גרויסן שטח אויפגעשטעלט געווארן הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חסידים.

אנהייב פונעם מעמד איז געווען צוגעשטעלט מיני טעימה ביד רחבה לכל הקהל הקודש, ובקול תרועת הזמר האט מען מקבל געווען את פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, א לענגערע צייט האט מען ממשיך געווען מיט פרייליכע ניגונים און ניגוני שבח והודאה זייענדיג מחנך דעם שיינעם גרויסן בנין צו קענען אויפציען די ילדי חמד בדרך הסלולה מדור דור. די רבי שליט"א איז דאן צוגעגאנגען צום איינער פון די הויפט טירן און דארט קובע געווען א מזוזה, דערנאך האט דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' יוסף ראטענבערג הי"ו אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, און דאן אויפגערופן די נדבן הנגיד רבי יצחק פייג הי"ו וועלכע האט אין זיין רייד ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו דעם פריידיגן מאמענט.

די רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן דעם בונה ומקים הבנין הנגיד ר' יצחק הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און דאן משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג בשבחו פונעם חשובן נדבן, און איבער זיינע עלטערן און זיידע'ס וועלכע שטאמען פון דורי דורות וויזניצער חסידים, און איבער זייער ווארעם הארץ און איבערגעגעבנקייט לכל אשר בשם וויזניץ יכונה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן חבר הכנסת ערדאן א נאנטע פריינד מיטן נדבן, צום שלוס פונעם מעמד האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, און די רבי שליט"א איז באזונדער געטאנצן מיטן נדבן און בני משפחתו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00