היינט נאכמיטאג נאכן מעמד חנוכת הבית פארן נייעם וויזניצער תלמוד תורה אין אלעד איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אינעם דערנעבנדיגער שטאט פתח תקוה אויף א באזוך ביי משפ' גלבוע וואו עס איז פארגעקומען די מעמד כתיבת אותיות אויף א ספר תורה וואס ווערט געשריבן לעילוי נשמתה פון זייערס א קינד וועלכער איז געוועהן געפאנגען איבער א יאהר צייט בידי רוצחים אין עזה און איז מיט צוויי וואכן צוריק אומגעקומען דארט אינעם פינסטערניש במעלות קדושים וטהורים.
דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געוועהן ווארעמהארציגע דברות קודש וואו דער רבי האט געטרייסט די צובראכענע עלטערן פון דעם שווערן בראך און אריינגעבלאזן אמונה בטחון און חיזוק אין די עצמות יבשות.