הויפט בלאט באריכט ובערת הרע מקברך: האד' מצאנז איז מבער 'ספרי מינות' צושפרייט דורך מיסיאנערישע גרופע'ס

ובערת הרע מקברך: האד' מצאנז איז מבער 'ספרי מינות' צושפרייט דורך מיסיאנערישע גרופע'ס

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' מקץ • כ"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם


אן אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם ערב שבת צופרי נאך תפילת שחרית אינעם מנין פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ווען דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א הויפן מיסיאנערישע ביכער וואס א מיסיאנערישע גרופע האט אין די טעג צושפרייט און אפגעשיקט אויף פאסט פאר פילע רבנים און גדולי ישראל, מכשיל צו זיין אידישע קינדער ה"י, די ביכער זענען אויך אנגעקומען קיין קרית צאנז אדרעסירט צו כ"ק אדמ"ר מצאנז שליט"א, נאכן דאווענען דערזעהנדיג די ביכער מלא כפירה און אפיקורסת האט דער רבי איבערגעגעבן די אומגעוואונטשענע ביכער פארן גבאי'ן הרה"ח ר' אברהם דייטש הי"ו און דאס געהייסן פארברענען לעיני קהל ועדה מקיים צו זיין דעם 'ובערת הרע מקברך'.

נאך די סדרי הישיבה אין די מתיבתא האבן די בחורים אנגעצינדן א מדורה אינעם חצר פונעם רבינס שטוב, וואו מען האט עפ"י פקודת הקודש פארברענט און מבער געוועהן די ביכער – ברבים, למען ישמעו ויראו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00