הויפט בלאט באריכט נקראים אל המלך: ערוועלטער פרעזידענט טראמפ געלאדנט האד' מסאטמאר און הגאון רבי שאול אלתר צום ווייסן הויז

נקראים אל המלך: ערוועלטער פרעזידענט טראמפ געלאדנט האד' מסאטמאר און הגאון רבי שאול אלתר צום ווייסן הויז

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' וישב • י"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט איבערראשנדע שפאנונג די היסטארישע אנטוויקלונג בבית המלכות אין עיר הבירה וואשינגטאן, ווען דער פריש-ערוועלטער פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט א פערזענליכע איינלאדענונג צו צוויי גדולי המנהיגים בעולם החסידות, בארץ ובגולה, אויף א פריוואטע זיצונג אינעם ווייסן הויז.

אין די לעצטערע טעג איז אנגעקומען די קעניגליכע הזמנות צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און באזונדער צום ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, אלס צייכן פון דאנק פאר זייער שטיצע און באפעל פאר די חסידים ארויסצוגיין פאר אים שטימען ביי די וואלן, וואס האט ווירקליך געפירט צו א מאסן ארויסקומען פון שווערע טויזנטער חסיד'ישע וויילער וואס האבן געשטימט פאר טראמפ.

די הזמנה צום סאטמארער רבי'ן שליט"א קומט צוגלייך אין נאכפאלג פונעם היסטארישן וויזיט וואס דער סאטמארער רבי האט אין די וואכן איידער די וואלן אפגעהאלטן אין טראמפ טאוער, שתדלנ'דיג ביים פרעזידענט און ביי זיין זון עריק טראמפ, צו באשיצן דעם חינוך הטהור אין ניו יארק, און דער פרעזידענט האט דאן פארשפראכן צו שטיין אויף די רעכטן פונעם יהדות החרדית און נישט צולאזן מ'זאל טשעפן דעם ערליכן חינוך, און זיך אויסגעדרוקט אז אויב וועט ער געווינען די וואלן וועט ער אלס הכרת הטוב לאדענען דעם רבי'ן אויף א וויזיט אינעם ווייסן הויז, וואו מ'וועט פארזעצן די שתדלנות למען הצלת החינוך.

באזונדער האט טראמפ אנגעקניפט ווארעמע קשרים מיטן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, און עטליכע חדשים איידער די וואלן האט דער ראש ישיבה ערהאלטן א טרייסט-בריוו פון טראמפ, על פטירת אמו הרבנית הצדיקת מגור ע"ה, איבערגעגעבן דורכ'ן שתדלן און אנפירער פונעם טראמפ קאמפיין ביים חרדי'שן ציבור, ר' יהודה קאפלאן מגדולי עסקני חב"ד אין מיאמי.

די הזמנות פאר'ן וויזיט צום ווייסן הויז איז טאקע איבערגעגעבן געווארן סיי פאר'ן סאטמארער רבי'ן און סיי פאר הגאון רבי שאול אלתר, דורך ר' יהודה קאפלאן, און דער היסטארישער באזוך איז געפלאנט פארצוקומען חודש פעברואר למספרם אין די וואכן נאכ'ן איינשווערן דעם פרעזידענט דעם קומענדיגן יאנואר 20.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00